ײדיש־סאָװעטישער דיכטער. אָנטײל גענומען אין דער צװײטער װעלט־מלחמה. געדרוקט אין אײניקײט (מאָסקװע), לידער; באַטײליקט זיך אין לידער־זאַםלונג, מינסק, 1940, 92 ז׳ (צוזאַמען מיט: כ. גורעװיטש, ס. לעלטשוק. פּ. פּלאָטניק). אין בוכפאָרם: אין אַ גוטער שעה. לידער, מאָסקװע, 1947, 151 ז׳. גורל נישט באַקאַנט.
יוסף האָרן, אין אונדזער דור, ב. אײרעס, 1949; י. גאָטליב, צוקונפט, נ״י, מאַי, 1951; אײניקײט, מאָסקװע, 10 יאַנ. און 14 פעב., 1948; רבקה רובין, פאָלקס־שטימע, פּױלן, נומ. 47 (53), 1947.
