געב. אין ביאַלע, מינסקער גובערניע, — דער ײנגערער זון פון אַן אָרעמען מלמד. צוזאַמען מיט זײן עלטערן ברודער, אברהם, איז ער אױפגעהאָדעװעט געװאָרן דורך זײן פאָטערס צװײטער פרױ, נאָך דעם װי זײן מוטער איז געשטאָרבן. ביז 12 יאָר געלערנט אין חדרים אין ביאַלע, איליע, הוטע און דאָלהינאָװ. אין עלטער פון 7–8 יאָר האָט ער שױן „געגעסן טעג“, געאַרבעט אין אַ מצה־בעקערײ, געשלאָפן אױף האַרטע בענק. צו 12 יאָר פאַרדונגען זיך צו אַ ישובניק װי אַ „מלמד“ פאַר 2 ײנגלעך. געקומען קײן װילנע און געלערנט דאָרט אין ר׳ יואלס ישיבה און שפּעטער אין ראמײלעס קלױז. געװען אַ מין אונטער־שמש אין דער שוסטערשער קלױז. גלײכצײטיק זיך געלערנט רוסיש און װעלטלעכע לימודים. אונטערן אײנפלוס פון זײן עלטערן ברודער, װאָס איז אַרױס פון ישיבה כדי צו װערן אַן אַרבעטער, איז ב׳ אין עלטער פון 15 יאָר געװאָרן סאָציאַליסטיש געשטימט. צו 17 יאָר איז ער געװאָרן אַ מיטגליד פון „בונד“ — גלײך נאָך דעם װי די פּאַרטײ איז אין 1897 אױפגעקומען. מיט אַ יאָר שפּעטער איז ער אָפּגעפאָרן אין דער שװײץ, װאו פּאַװעל אַקסעלראָד און געאָרגי פּלעכאנאװ האָבן אים געהאָלפן באַקומען שטיצע, כדי צו קאָנען זיך צוגרײטן צום אוניװערסיטעט. זינט 1900 שטודירט אין לאָזאַנער אוניװערסיטעט, שפּעטער אין נאַנסי (פראַנקרײך), װאו ער האָט אין 1905 באַקומען דעם דיפּלאָם פון אַז אינזשעניער. אין די סטודענטישע יאָרן איז ער געװען אַ מיטגליד פון די בונדישע סטודענטן־אָרגאַניזאַציעס. אָנהײב 1901 געװען אײנער פון די 2 דעלעגאַטן פון דער לאָזאַנער בונדישער סטודענטן־גרופּע צום צוזאַמענפאָר פון די בונדישע סטודענטן־פאַראײנען אין אײראָפּעאישע אוניװערסיטעטן. נאָכן גראַדואירן אָפּגעפאָרן צוריק קײן רוסלאַנד. אין װילנע דורכגעלעבט די „פרײהײטס־טעג“ פון 1905–1906. געװען 12 טעג אַרעסטירט. געװען דער אָפיציעלער אײגנטימער און פאַקטישער קאָרעקטאָר פון אַ דרוקערײ, װאָס איז אײנגעאָרדנט געװאָרן אױפן געלט פון „בונד“. סוף 1907, װען די בונדישע פּרעסע איז אונטערגעדריקט געװאָרן, האָט ער עמיגרירט קײן אַמעריקע. געאַרבעט אין די װעסטינגהאַוז־פאַבריקן אין פּיטסבורג, אַרײנגעצױגן געװאָרן אין דער לאָקאַלער ײדישער אַרבעטער־באַװעגונג און גאַנץ באַזונדערס–אינעם אַרבעטער־רינג. צוליב אַן אומגליק־פאַל בײ דער אַרבעט איז ער געצװאונגען געװען אױפצוהערען אַרבעטן. זיך איבערגעקליבן קײן ניו יאָרק, װאו ער איז פאַרבליבן אױפן גאַנצן לעבן, פריער (1914–1917) װי געהילף פון גענעראַל־סעקרעטאַר פון אַרבעטער־רינג און פון 1917 ביזן טאָג פון זײן טױט — װי דער גענעראַל־סעקרעטאַר. ער איז געװען אױך טעטיק אין די אָנפירנדיקע אָרגאַנען פון ײדישן אַרב.־קאָמיטעט, „אָרט“, פּיפּלס־רעליף (נאָכן ערשטן װעלט־קריג), פאָרװערטס־אַסס׳ן, ײדישן סאָציאַליסטישן פאַרבאַנד א״אַ. געשריבן אין פאָרװערטס, פרײנד, װעקער און אין דער בונדישער פּרעסע אין פּױלן און אַמעריקע. זינט 1923 געװען רעדאַקטאָר פון פרײנד, אָרגאַן פון אַ. ר., און געהאַט דאָרטן אַ שטענדיקן װינקל א״נ שטיקלעך און ברעקלעך. צו זײן 70טן געבױרנטאָג האָט ער אָנגעשריבן אַן אױטאָביאָגראַפיע (עפּיזאָדן פון מײן לעבן), װאָס איז פאַרעפנטלעכט געװאָרן אין באַסקין־יובל־בוך, אַרױסגע־ געבן פון אַ. ר.
י. ש. הערץ, 50 יאָר אַרבעטער־רינג, נ״י, 1950; י. באַסקין צו זײן 70־יאָריקן יובילעי, זמ״ב, נ״י, 1951; דער פרײנד, נ״י, יולי־אױג, 1952; צביון, פאָרװערטס, 26 מאַי, 1951; נחום יוד, „יוסף באַסקין“ (ליד), דער פרײנד, דעצ., 1951; ל. פײנבערג, דער טאָג, 3 סעפּט., 1951; ח. ש. קאַזדאַן, אונזער צײט, נ״י, יאַנ., 1952; דזשעי גרעיסאָן, פאָרװערטס, 27 יוני, 1952; נ. כאַנין, פאָרװערטס, 1 יאַנ., 1952, 27 יוני, 28 יוני, 30 יוני און 1 יולי, 1952.
