געב. אין װילקאָמיר, ליטע. פאָטער — יחזקאל. געענדיקט ײדישע פאָלקשול, ליטװישע גימנאַזיע. אָנגעהױבן שרײבן לידער אין ײדיש צו 17 יאָר. 1941 געלעבט אין װילנער געטאָ. דעפּאָרטירט, אױסגעװען שפּעטער אין פאַרשײדענע לאַגערן. 1945 באַפרײט געװאָרן פון טאָרונער לאַנער אין פּױלן. געדרוקט לידער אין: בדרך, אָרגאַן פון שארית הפּליטה אין איטאַליע, אין די אױסגאַבעס פון החלוץ אין דײטשלאַנד, אין אונדזערס, אָרנאַן פון ײדישן ליטעראַטן־פאַראײן אין ישראל, און אין גאָלדענע קײט, תל־אביב. 1945–1947 מיטגעאַרבעט בײם אָרגאַניזירן אומלעגאַלע עליה קײן ארץ ישראל. װאױנט אין קיבוץ „המעפּיל“.
י. גלאַטשטײן, אידישער קעמפער, נ״י, 4 מאַי, 1951; ש. ניגער, טאָג, נ״י, 18 יאַנ., 1952; י. פײנער. נײװעלט, ת״א, 30 דעצ., 1949.
