געב. אין אַן אָרעמער משפּחה. האָט געלערנט אין סאָװעטיש־ ײדישע פאָלקס־מיטל־ און הױכשולן. געװען אַ מיטגליד פון דער קיעװער ליטעראַרישער גרופּע „יונגע גװאַרדיע“. 1928 אָנגעהױבן דרוקן לידער אין קאָמיוגישע אױסגאַבעס. אַ סך פון אירע לידער זײנען איבערגעזעצט געװאָרן אױף רוסיש און אוקראַיניש. זי איז באַערט געװאָרן פון דער סאװעט־רעגירונג מיטן מעדאַל „פאַר העלדנמוט“ בשעת דער מלחמה מיט היטלער־דײטשלאַנד. זי איז געװען אײנע פון די טאַלאַנטפולסטע דיכטערינס אין סאָװעט־רוסלאַנד. איר גורל איז אומבאַקאַנט. אין בוכפאָרם: אין איבערוף, לידער, כאַרקאָװ־קיעװ, 1934, 262 ז׳; ליכטיקע סטעזשקעס, לידער, קיעװ, 1940, 90 ז׳.
ש. בריאַנסקי, כאַרקאָװער שטערן , 1934, נומ. 71; נ. קאַבאַקאָװ, מינסקער אָקטיאַבער, 1934, נומ. 108; ש. הירש, קיעװער פּראָלעטאַרישע פאָן, 1934, נומ. 43; נ. י. גאָטליב, סאָװעטישע שרײבער, מאָנטרעאל, 1945, ז׳ 34; צוקונפט, נ״י, מערץ, 1945; דאָרט, אַפּריל, 1946; אײניקײט, מאָסקװע, 10 יוני, 1947; א. עמקין, אײניקײט, דאָרט, 26 יוני, 1947; אײניקײט, דאָרט, 28 אַקט., 1947; פּ. נאָװיק, אײראָפּע – צװישן מלחמה און שלום, נ״י, 1948.
