געב. אין פּאָניעװעזש, ליטע. נאָכן נאַצישן אָנפאַל געלאָפן פון קאָװנע קײן סאָװעט־רוסלאַנד, געלעבט אין קאַזאַכסטאַן. שפּעטער זיך אומגעקערט צוריק קײן ליטע און שױן דאָרט פאַרבליבן. אין בוכפאָרם: פון קלעם אַרױס, באַלאַדעס און פּאָעמעס, מאָסקװע, 1947, 120 ז׳. די לידער זײנען װעגן קאָװנער געטאָ, װי אױך װעגן זײן מוטער און אַנדערע משפּחה־גלידער, װאָס די נאַציס האָבן אומגעבראַכט. זײן גורל איז אומבאַקאַנט.
ערשטער צוזאַמענפאָר פון ײדישע שרײבער אין ל. ס. ס. ר., שטראַלן, נומ. 20, קאָװנע, 1941; „ײדישע שרײבער אין קאַזאַכסטאַן“, אײניקײט. מאָסקװע, 15 אַפּריל, 1943; א. קושניראָװ, נײע פּרעסע, פּאַריז, 27 יולי, 1945; מ. פּופּס, אײניקײט, מאָסקװע, 7 יולי, 1947; פּ. נאָװיק, אײראָפּע — צװישן מלחמה און שלום, נ״י, 1948, ז״ז 323, 325.
