געב. אין פּאָניעװעזש, אין אַן אַרבעטער־פאַמיליע. אַלײן אױך געװען אַן אַרבעטער, שפּעטער — אַ לערער. 1900 געװאָרן טעטיק אין דער ײדישער אַרבעטער־באַװעגונג, צו ערשט אין די ס״ס־גרופּעס, דערנאָך אַריבער צום „בונד“, װאו ער האָט געאַרבעט ביז 1918. מיטגעאַרבעט אין דער ס״סישער צײטשריפט פרײהײט, װילנע, 1904, שפּעטער, אין 1917, אין בונדישן װעקער, מינסק. 1919 אַרײנגעטראָטן אין דער קאָמ־פּאַרטײ. געװען אַ זשורנאַליסט און אַ רעדאַקטאָר פון קאָמוניסטישע צײטונגען. עטלעכע מאָל אױסגעקליבן געװאָרן אינעם צענטראַל־קאָמיטעט פון דער קאָמ־פּאַרטײ פון װײסרוסלאַנד. רעדאַקטירט שטערן (מינסק, 1919); װעקער (מינסק, 1920); דעם מינסקער אָקטיאַבער ביז 1929, דעם פּיאָנער (מינסק, 1927) און מיטגעאַרבעט איז אַנדערע ײדישע ציי טונגען און צײטשריפטן, צװישן זײ — אַפן שפּראַך פראָנט, קיעװ, רױטע װעלט, כאַרקאָװ, עמעס, מאָסקװע. איז געװען אױך אײנער פון די ערשטע אָרגאַניזאַטאָרן פון די ײדיש־סאָװעטישע שרײבער אין װײסרוסלאַנד. געשריבן אַרטיקלען װעגן די שרײבער קושניראָװ, ראַבין, דאַניעל, כאַריק, ליטװאַקאָװ, אַקסעלראָד, בראָנשטײן א״אַ. מען זאָל אים האָבן אַרעסטירט אין 1937 און זינט דעמאָלט האָט מען פון אים ניט געהערט.
א. ליטװאַקאָװ, אַף צװײ פראָנטן, מאָסקװע, 1931, 129–148; די רױטע װעלט, אָקט., 1931; אַפן װיסנשאַפטלעכן פראָנט, נומ. 1–2, מינסק, 1932; ב. אָרשאַנסקי, די ײדישע ליטעראַטור אין װײסרוסלאַנד נאָך דער רעװאָלוציע, מינסק, 1931; ז. רײזען, לעקסיקאָן, 1 (ביאָגראַפיע פון אברהם װײנשטײן); מ. גוטמאַן, רױטער פּנקס, 1, װאַרשע, 1921,ז׳ 167.
