Leksikon fun der Nayer Yidisher Literatur
לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור

Browse All People
By Subjects
By Volume:

search tips
✕
≡

How to Build Your Search:

A. In the below “Advanced Search,” use the drop down parameters under "Scope" - ALL words, ANY words, or EXACT word/phrase. Build the parameters row by row.


OR


B. To define your search using the basic one-line search, in the above textbox:

  • Use a plus to REQUIRE the word:
    +music +theory << must contain the words music and the word theory
  • Use quotes for a phrase:
    song "music theory" << anything with song or phrase "music theory"
    or "levin" < exact match, not levine
  • Use + and quotes to require the phrase:
    +"music theory" << must include phrase
  • Use a minus to EXCLUDE:
    +music -theory << must include music, but not theory
NOTE: When searching in Yiddish letters, this Lexicon should find the word(s) with or without diacritics (e.g., אברהם vs. אַבֿרהם) -- but when searching in other systems, if you can't find it one way, try searching the other way.
⋮⋮
⋮⋮
Search:
Text
Dates
Subjects
Living People ONLY
Women ONLY
Records w/ Images ONLY
Search in:
Scope:
ALL words
ANY words
EXACT word/phrase
א אַ אָ ב בּ בֿ ג ד ה ו װ ױ ז ח ט י יִ ײ ײַ כ כּ ך ל מ ם נ ן ס ע פּ פֿ פ ף צ ץ ק ר ש שׂ תּ ת ־

See up-to-date entry for:

Ash, Sholem

Leksikon (vol 1) Volume 1 (alef-beys)

אַש, שלום

1880 –

 געב. אין קוטנע, פּױלן, לױט דער מעטריקע – דעם 1טן יאַנואַר, לױט דער מוטערס רעכענונג — 4 טעג נאָך פּסח. זײן פאָטער, ר׳ משה גאָמבינער, האָט געשטאַמט פון אַ משפּחה שוחטים און איז געװען אַ שטיקל בן־תורה און אַ בעל־צדקה. ער האָט געהאַנדלט מיט שעפּסן און אױך געהאַלטן אַן אַרײנפאָר־הױז. זײן מוטער, מלכה, פון דער הײם — װידאָװסקי, די צװײטע װײב בײם פאָטער און פיל ײנגער פון אים, האָט געשטאַמט פון אַ לומדישער משפּחה אין לענטשיץ. אין שטוב האָט שלום זיר געהאָדעװעט „צװישן צװײ װעלטן“: פון אײן זײט די לײבלעכע ברידער — הױכע, געזונטע יונגען, װאָס האָבן געהאַנדלט מיט קצבים און גוײם און ליב געהאַט אַ לעב צו טאָן (שפּעטער אױסגעװאַנדערט קײן אַמעריקע און זיך דאָ „אַרױפגעאַרבעט“), פון דער אַנדערער זײט — עלטערע שטיפברידער, װאָס האָבן געדאַװנט אין חסידים־שטיבלעך און זײנען געגאַנגען אָנגעטאָן אין זײדענע קאַפּאָטעס. 10 קינדער האָבן זיך געהאָדעװעט אין שטוב. שלומען, דעם מיזיניק, האָבן די עלטערן געהאָפט צו מאַכן פאַר אַ רב, געהאַלטן אים אָפּגעזונדערט פון די ברידער און אים געשיקט צו די בעסטע מלמדים, בײ װעמען עס האָבן זיך געלערנט די „סאַמע גבירישע קינדער פון שטאָט“ (צװישן זײ אױך דער שפּעטערדיקער שילדערער פון אַ׳־ס קינדהײט — ד״ר אברהם גליקסמאַן). פון חדר איז שלום אַװעק אין בית־המדרש, װאו ער האָט געלערנט פאַר זיך. צו 15–16 יאָר האָט ער גענומען לײענען „ספרים חצונים“. גליקסמאַן דערצײלט, אַז בײ זײ אין שטוב, װאָס איז געװען די „אײנציקע ײדישע אױפגעקלערטע שטוב אין שטעטל“, האָבן זײ צוזאַמען געלײענט העברעאישע השכלה־ספרים. אַ׳ און זײנע חברים האָבן דאָרט געפונען אױך דײטשע קלאַסיקער, און אַזױ װי זײ האָבן זיך אױסגעלערנט אַ ביסל דײטש פון מענדעלסאָנס דײטשער איבערזעצונג פון תהילים, װאָס איז געװען געדרוקט מיט העברעאישע אותיות, האָבן זײ געלײענט די װערק פון שילער, געטע, הײנע. אַ׳ האָט דעמאָלט שױן געקענט גאַנצע שטיקער הײנע אױף אױסעװײניק. אין שטעטל האָבן זיך פאַרשפּרײט קלאַנגען, אַז שלום איז אַן אפּיקורס, איז ער אַנטלאָפן פון דער הײם. ער איז דאַן געװען 17 יאָר אַלט. „ביז יענער צײט“, דערצײלט אַש װעגן זיך, „בין איך געװען אַ שטרענג־אָרטאָדאָקסישער, גלײביקער ײד. שפּעטער האָב איך זיך איבערצײגט, אַז דער פּשוטער ײד, דער פאָלקס־מענטש, שטײט אױף אַ העכערער עטישער מדרנה, װי דער װאױל־געלערנטער חסיד“. אַ׳ איז אַװעק צו קרובים אין אַ דאָרף, געלערנט דאָרט מיט די קינדער און דערװײל זיך צוגעקוקט צום לעבן פון די פּױלישע פּױערים. „דאָס איז געװען“, דערצײלט אַ׳, „מײן אָנפאַנגס־שול אין לעבן“. די װײטערדיקע צװײ יאָר האָט ער פאַרבראַכט אין װלאָצלאַװעק, װאו ער האָט זיך געװאָרפן אױף פאַרשײדענע באַשעפטיקונגען, ביז ער האָט „אַנטדעקט אַ שטענדיקע פּרנסה: געשריבן בריװ פאַר יענע, װאָס האָבן אַלײן ניט געקענט שרײבן“. עס איז אים אױסגעקומען צו שרײבן ליבע־בריװ, און דאָס האָט אים געגעבן די ,,מעגלעכקײט אַרײנצוקוקן אין די באַהאַלטנסטע װינקעלעך פון לעבן“. דאָס איז געװען זײן „העכערע שול“ — װי ער אַלײן דריקט זיך אױס. אין יענע יאָרן האָט אַ׳ געלײענט טאָלסטאָיען, האַופּטמאַנען און באַזונדערס באָלעסלאַװ פּרוסן („װי עס איז געלײענט אין אָריגינאַל“) װאָס זײן דערצײלונג קאמזעלקא האָט אױף אַ׳־ן „געמאַכט אַן אומפאַרגעסלעכן אײנדרוק“. אױך פון י. ל. פּרצן האָט אַ׳ שױן געװאוסט לױטן העוגב. דער קלײנער זאַמלונג העברעאישע לידער, װאָס ער האָט געקענט אױף אױסעװײניק. אַ׳ אַלײן האָט דאַן שױן אױך גענומען שרײבן, צו ערשט העברעאיש. צופעליק, אָבער, זײנען אים אין דער האַנט אַרײנגעקומען פּרצעס שטרײמל און באָנציע שװײג. „דורכגעלײענט און געקומען אונטער אַ שטאַרקן אײנדרוק“, דערצײלט אַ׳ אין זײנע דערינערונגען װעגן פּרצן (צוקונפט, נ״י, מאַי, 1915). אין די ערשטע חדשים פון 1900 איז אַש מיט אַ שיף איבער דער װײסל אַװעק קײן װאַרשע, צו פּרצן, װײזן אים זײנע כתבים. פּרץ האָט אַ׳־ן געראטן צו שרײבן אין ײדיש. אגב, בײ פּרצן אין שטוב האָט אַש זיך באַקענט מיט ה. ד. נאָמבערגן און אברהם רײזענען. אין עטלעכע חדשים אַרום איז אַ׳ װידער אַ מאָל געקומען קײן װאַרשע פון װלאָצלאַװעק און פאָרגעלײענט פאַר פּרצן זײנע ערשטע צװײ דערצײלונגען אין ײדיש. לױט פּרצעס רעקאָמענדאַציע האָט ד״ר יוסף לוריע, רעדאַקטאָר פון דער יוד, אָפּגעדרוקט אין נומער 48, 1900, אַ׳־ס ערשטע דערצײלונג משהלע. אַ׳ איז געבליבן װאױנען אין װאַרשע און האָט געדרוקט דערצײלונגען, בילדער, סקיצן אין די צײטשריפטן: דער יוד, די יודישע פאָלקס צײטונג און אין העברעאישער איבערזעצונג — אין הדור און הצפירה. אָנהײב 1903 איז פון דרוק אַרױס אַ׳־ס ערשטע זאַמלונג דערצײלונגען און בילדער א״נ אין אַ שלעכטער צײט (װאַרשע, 79 ז׳). פאַר דעם זײנען אַרױס אַ׳־ס צװײ ביכלעך דערצײלונגען אין העברעאיש. די ײדישע זאַמלונג איז זײער װאַרעם אױפגענומען געװאָרן פון בעל מחשבותן. אומעט און טרױער זײנען אױסגעגאָסן איבער די דערצײלונגען פון אַ׳־ס ערשטער זאַמלונג. צו יענער צײט האָט אַש חתונה געהאַט מיט מאַטילדע אָדער מאדזשע שאַפּיראָ, אַ טאָכטער פון אַן אָנגעזעענעם העברעאישן לערער און העברעאיש־פּױלישן שרײבער. זי האָט אױף אַשז געהאַט אַ גרױסן אײנפלוס און אין אַ גרױסער מאָס מיטגעװירקט אין דער װײטערדיקער אַנטװיקלונג פון זײן טאַלאַנט. אין 1904 האָט אַש קאַפּיטלעכװײז פאַרעפנטלעכט אין פרײנד (פּט״ב) זײן ערשט גרעסער װערק דאָס שטעטל (אין בוכפאָרם, מינסק, 1905). מיט דער נײער, ראָמאַנטישער באַציאונג צום אַלטן ײדישן לעבן האָט „דאָס שטעטל“ אָנגעצײכנט און באַשטימט אַ׳־ס פּלאַץ אין דער ײדישער ליטעראַטור. אין דעם זעלביקן יאָר, 1904, האָט אַ׳ אָנגעהױבן זײן קאַריערע װי אַ דראַמאַטורג. ער האָט אָנגעשריבן זײן ערשט „טעאַטער־שטיק אין 2 אַקטן“ א״נ צוריקגעקומען. עס איז צוערשט פאַרעפנטלעכט געװאָרן אין העברעאישער איבערזעצונג א״נ יצא וחזר אין השלוח, 1904, דאַן אין אָריגינאַל, אין פּרצעס די יודישע ביבליאָטהעק (נומ. 3 און 4) — אױך אין 1904 (אין בוכפאָרם פאַרעפנטלעכט אין װאַרשע, 1909, א״נ מיטן שטראָם). זומער 1904 האָט אַש זיך באַקענט אין זאַקאָפּאַנע מיט פּױלישע שרײבער. אײנער פון זײ, סטאַניסלאַװ װיטקעװיטש, האָט איבערגעזעצט אַשס דראַמע אױף פּױליש און אין דעצעמבער, 1904, איז זי אױפגעפירט געװאָרן אין קראָקעװער פּױלישן טעאַטער. אַ׳־ס צװײט טעאַטער־שטיק איז געװען משיחס צײטן, אַ טראַגעדיע אין 3 אַקטן (אין אַ שפּעטערדיקער אױסגאַבע — מיטן אונטערטיטל: אַ חלום פון מײן פאָלק, אין נאָך אַ שפּעטערדיקער אױסגאַבע — „אַ צײטשטיק אין 3 אַקטן“, װילנע, 1906, 2טע אױסגאַבע, דאָרט, 1907). „משיחס צײטן“ איז כמעט גלײכצײטיק איבערגעזעצט געװאָרן אױף פּױליש, רוסיש און דײטש און איז דעם 12טן פעברואַר, 1906, א״נ „נאַ פּוטי װ סיאָן“, געשפּילט געװאָרן אין פּט״ב מיט דער אַקטריסע קאָמיסאַרזשעװסקאַיאַ אין דער ראָלע פון יוסטינע, און דעם 15טן יולי, 1906, אױף דער פּױלישער בינע אין װאַרשע. אין דער זעלביקער צײט האָט אַ׳ געשריבן דערצײלונגען און סקיצן, װאָס זײנען אין דער פאָרם פון העפטן אַרױסגעגעבן געװאָרן דורכן פ״ג קולטור אין מינסק און װאָס צום טײל זײנען זײ געדרוקט געװאָרן אין דער נײער װעג, אָרגאַן פון די ס״ס אין װילנע, װאו עס איז אױך צום ערשטן מאָל פאַרעפנטלעכט געװאָרן דער דראַמאַטישער אײנאַקטער אום װינטער (1906). אין 1905 האָט אַ׳ אױך אָנגעשריבן די פאַרנאָטירונגען פון דער 1905־רעװאָלוציע אין װאַרשע — א״נ מאָמענטן (דערשינען אין 1908, אין פ״ג פּראָגרעס, װאַרשע, 38 ז׳). אין 1907 איז אין פ״ג צוקונפט, װילנע, אָפּגעדרוקט געװאָרן אַ׳־ס דראַמע גאָט פון נקמה. זי איז געשפּילט געװאָרן אין פאַרשײדענע טעאַטערס פון דער װעלט. אַרום דער דאָזיקער דראַמע האָט זיך אין דער ײדישער פּרעסע געפירט אַ היציקע פּאָלעמיק. אין 1908 האָט אַ׳ פאָרגעלײענט פאַר שרײבער אין בערלין זײן דראַמע שבתאי צבי (געדרוקט אין די ליטעראַרישע מאָנאַטשריפטן, 3) — אַ פּרואװ צו שילדערן דעם געראַנגל צװישן ערדישער תאװה און הימלישער רײנקײט אױפן פאָן פון דער שבתאי צבי־באַװעגונג. די געשטאַלטן זײנען געװען צו רעזאָנעריש און די דראַמע איז קײן מאָל ניט אױפגעפירט געװאָרן אױף דער בינע. צו די יאָרן 1907–1908 געהערן אױך אַ׳־ס אײנאַקטערס אמנון און תמר און דער זינדיקער. 1908 איז אין פ״ג „שימין“, װאַרשע, דערשינען יוגענד (149 ז׳) — זאַמלונג פון דערצײלונגען, װאָס אַש האָט פאַרעפנטלעכט אין די יאָרן 1902–1907. צװײ פון זײ (דאָס קױלער געסל, דער יונג מיטן קינד) האָבן, להיפּוך צו דער ראָמאַנטיק פונעם שטעטל, באַלױכטן דעם צװײטן שטראָם פון אַ׳־ס קינסטלערישן שאַפן — זײן פולבלוטיקן רעאַליזם. דערבײ האָבן זיך בײדע שטראָמען געמישט, די רױע נאַטור פון דעם פּרימיטיװן מענטשן איז געװען אײנגעהילט אין אַ ראָמאַנטישער בענקעניש נאָך העכערע װעלטן. דאָס האָט זיך שפּעטער מער װי אײן מאָל איבערגעחזרט אין אַ׳־ס װערק. 

       אין 1908 האָט אַ׳ צום ערשטן מאָל באַזוכט א״י און זײנע אײנדרוקן באַשריבן אין אַ סעריע רײזע־בילדער. אונטערן אײנפלוס פון דעם באַזוך אין א״י האָט ער אױך געשריבן זײנע ביבליש־היסטאָרישע בילדער (אין בוכפאָרם אַרױס אין 1911, װילנע, א״ט ארץ־ישראל, און אין װאַרשע א״ט אין ארץ־ישראל). אין 1908 האָט אַ׳ זיך באַטײליקט אין דער טשערנאָװיצער ײדישער שפּראַך־קאָנפערענץ, װאו ער האָט אין זײן רעפעראַט פאָרגעלײגט, מען זאָל אַריבערטראָגן די אוצרות פון דער אַלט־העברעאישער ליטעראַטור אין ײדיש. ער האָט דאַן אַלײן איבערגעזעצט רות אין ײדיש (געדרוקט אין דאָס נײע לעבן, נ״י, 1910). אָנהײב 1909 איז פאַרטיק געװאָרן אַ׳־ס דראַמע יחוס, װאו עס װערט געשילדערט די ירידה פון אַן אַלט־ײדיש אַריסטאָקראַטיש הױז, װאָס פאַלט אַרײן דורך אַ מעזאליאנס אין די הענט פון אױפגעקומענע גבירים. סוף 1909 האָט אַ׳ צום ערשטן מאָל באַזוכט אַמעריקע און דאָרט אָנגעשריבן און אױפגעפירט אױף דער בינע (אָן באַזונדערן דערפאָלג) זײן ערשטע קאָמעדיע פון ײדישן לעבן אין דער נײער הײם דער לאַנדסמאַן (װאַרשע, 1911). געקומען צוריק קײן פּױלן, האָט אַ׳ אין משך פון 1910–1914 פאַרעפנטלעכט אַ רײ קלענערע און גרעסערע װערק, אײניקע פון זײ זײנען געװאָרן מײל־שטײנער װי אין אַ׳־ס אײגענעם שאַפן, אַזױ אױך אין דער ײדישער ליטעראַטור בכלל. צװישן די קלענערע נאָװעלעס פון יענע יאָרן איז געװען ערד, אַ דערצײלונג פון פּױלישן פּױערים־לעבן (װאַרשע, 1910). 1911 איז אין זעלביקן פ״ג דערשינען די גרעסערע דערצײלונג אַטעריקאַ (אין די שפּעטערדיקע אױסגאַבעס — קײן אַמעריקע, אױך יאָסעלע), אַ רירנדיקע שילדערונג פון דעם טרױעריקן גורל פון אַ ײדישן עמיגראַנטן־קינד אױפן װעג קײן אַמעריקע און אין דער נײער, פרעמדער װעלט. 1912 איז אין די אידישע װעלט, פּט״ב, געװען געדרוקט דער בונד פּון די שװאַכע, דראַמע אין 2 אַקטן פון פּױלישן קינסטלער־לעבן (אױפגעפירט אױף דײטש אין קאַמער שפּיל־טעאַטער אין בערלין). 1913 איז אין קלעצקין־פ״ג, װילנע, דערשינען רב שלמה נגיד, „אַ פּאָעמע פון ײדישן לעבן“ — אײנם פון אַ׳־ס פולקומסטע װערק, דורך װעלכן ער האָט קלאָר אָנגעצײכנט די גרענעצן פון זײנע לעבנס־פילאָסאָפישע האָריזאָנטן. אין דעם זעלביקן יאָר דערשינען (אין װילנע) מעשהלעך פון חומש, די דראַמעס די יורשים און יפּתחס טאָכטער, די פּאָעמע חורבן ירושלים (געדרוקט אין די יודישע װעלט, 1–2, װילנע, 1913), און אױך זײן ערשטער ראָמאַן מערי, װאָס צוזאַמען מיט זײן צװײטן טײל א״נ דער װעג צו זיך (געדרוקט אין די יודישע װעלט, װילנע, 1914) האָט ער פאָרגעשטעלט מיט זיך אַ ניט קײן געלונגענעם פאַרמעסט צו שאַפן אַ דיאַספּאָראַ־ראָמאַן, ד. ה. צו געבן אַ ברײט סאָציאַל־קולטורעל בילד פון דעם ײדישן לעבן אין פאַרשײדענע שטעט און לענדער — אין די שטעט פון דעם אַמאָליקן „תחום“, אין די צענטערס פון האַלב־אַסימילירטער ײדישקײט, פּעטערבורג און בערלין, װי אױך אין דעם נײעם ארץ־ישראלדיקן ישוב. 

      אין יענע יאָרן האָט אַ׳ געלעבט אין פאַרשײדענע לענדער פון אײראָפּע, זיך געהאַט באַזעצט דערנאָך װי אַ תושב אין פּאַריז, אָבער מיט דעם אױסבראָך פון דער ערשטער װעלט־מלחמה איז ער אַריבערגעפאָרן קײן נ״י, װאו ער האָט אָנגעשריבן די דראַמע פאַר אונדזער גלױבן און אַ רײע נײע ראָמאַנען (געדרוקט קאַפּיטלעכװײז אין פאָרװערטס) און דערצײלונגען. 1916 איז אין בוכפאָרם אַרױס („פאָרװערטס“־ פ״ג) מאָטקע גנב, אַ סאָציאַלער ראָמאַן, װאָס די ערשיטע צװײ טײלן זײנע, װאו אַ׳ שילדערט מאָטקעס קינדהײט און יוגנט, זײנען העכסט קינסטלעריש, בעת דער לעצטער טײל קלינגט װי קינסטלעך צוגעשטוקעװעט און דערמאָנט אָן די מער ליטעראַרישע קרימינאַל־געשיכטעס. 1918 איז דערשינען אָנקל מאַזעס, אַ׳־ס ערשטער ראָמאַן פון אַמעריקאַנער ײדישן לעבן. אין די דאָזיקע ערשטע אַמעריקאַנער יאָרן האָט אַ׳ אױך פאַרעפנטלעכט: דער ײדישער סאָלדאַט און אַנדערע מלחמה־דערצײלונגען (1918), חורבן פּױלן, אַמעריקאַנער דערצײלונגען (צװישן זײ — לײבל אין דער הײם — לײבל אין אַמעריקע און די קינדער פון אברהם, װי אױך די רײזע קײן קאַליפּאָרניע). די דערצײלונג יונגע יאָרן (אין בוכפאָרם צוזאַמען מיט אַנדערע דערצײלונגען, נ״י, 1918), די דראַמאַטישע װערק: דאָס הײליקע מײדל אָדער אַ שנירל פּערל (1916) װער איז דער פאָטער? (1918) און דעם היסטאָרישן ראָמאַן קידוש השם (1919), װאָס איז געװען אַ נײע קינסטלערישע דערגרײכונג. אַ׳ האָט דעם ראָמאַן געשריבן אונטערן אײנדרוק פון די פּאָגראָמען אױף אוקראַינע אין 1918–1919 און אױפן היסטאָרישן הינטערגרונט פון גזירת ת״ח ות״ט. אַ דערצײלונג פון אַ גרױסן נאַציאָנאַלן פּאַטאָס, געשריבן מיט אַ טיפן ארײנבליק אין דער ײדישער געשיכטע, איז עס געװאָרן אַ קלאַסיש װערק אין דער ײדישער ליטעראַטור, אַ פּראַכטפולער און אַ דאַנקבאַרער שטאָף פאַר דער ײדישער שול. 

     אין דער צײט פון דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט אַ׳ זיך באַטײליקט אין דער הילפס־אַרבעט פאַר די מלחמה־געליטענע און אין שליחות פון דעם אַמעריקאַנער ײדישן הילפס־קאָמיטעט באַזוכט (פרילינג 1919) מעריב־ און מזרח־אײראָפּע. אין 1921 איז ער געקומען קײן פּױלן, װאו ער איז פון דער גאַנצער ײדישער אינטעליגענץ אױפגענומען געװאָרן מיט גרױס כבוד און פאַרערונג. זײן דראַמע מאָטקע גנב איז דאַן געװען דער „שלאָגער“ פון ײדישן טעאַטער. זי האָט אױסגעהאַלטן הונדערטער פאָרשטעלונגען אױף די ײדישע בינעס פון װאַרשע און אַנדערע שטעט. אין 1924 האָט אַ׳ אױף אַ לענגערער צײט זיך באַזעצט אין װאַרשע, װאו ער איז אָפט אַרױסגעטראָטן מיט זײנע אײגנאַרטיקע רעדעס־אימפּראָװיזאַציעס אױף פאַרשײדענע ײדישע קולטור־פאַראַנשטאַלטונגען און, דעמאָנסטרירנדיק — פון אײן זײט — זײנע סימפּאַטיעס פאַר א״י און העברעאיש, האָט ער — פון דער צװײטער זײט — געפירט אַ קאַמף קעגן דעם עקסטרעם־ציוניסטישן העברעאיזם אין נאָמען פון דער ײדישער קולטור און דער ײדישער שול. אין 1926, נאָך פּילסודסקיס מאַי־איבערקערעניש, איז אין פּױלן געװאָרן אַ טומל אַרום אַ־ן, װאָס האָט אָפּגעדרוקט (הײנט, װאַרשע, 22 אָקט., 1926) אַן אָפענעם ברײ צו מאַרשאַל פּילסודסקי. אן זײן בריװ האָט ער געלױבט און גערימט דעם „אײדעלן ריטער“, װאָס זײן שװערד האָט „באַפרײט די פּױלישע נשמה“. — אין די 20קער יאָרן האָט אַ׳ פאַרעפנטלעכט די דראַמעס: דער טױטער מענטש (1920), מאַראַנען (1922), יוסף (1924), רעװערענד דאָקטאָר סילװער (1927), קױלן (1928) און דרײ סאָציאַלע ראָמאַנען פון אַמעריקאַנער ײדישן לעבן: די מוטער (1925, 407 ז׳) — רײך אין אײנצלנע קינסטלערישע שילדערונגען באַזונדערס פון ײדישן באָהעמיער־לעבן אין נ״י, פאַרמאָגט, אָבער, ניט קײן גאַנצקײט; טױט־אורטײל אָדער עלעקטריק־טשער (װאַרשע, 1926, 182 ז׳) — אַ לענגערע דערצײלונג פון אַלגעמײנעם אַמעריקאַנער לעבן; חײם לעדערערס צוריקקומען (דאָרט, 1927, 180 ז׳), אַ סאָציאַל־פּסיכאָלאָגישער ראָמאַן װעגן אַ געװעזענעם ראַדיקאַלן אַרבעטער, װאָס איז רײך געװאָרן און, דערפילנדיק זײן גײסטיקע אױסגעלײדיקטקײט, אומגעקערט זיך צוריק צו דער סביבה פון זײנע גענאָסן. 1926 איז אױך דערשינען די כישופמאַכערין פון קאַסטיליען (װאַרשע, 144 ז׳) — אַ צװײטע היסטאָרישע דערצײלונג, װאָס שילדערט ײדיש מאַרטירערטום, און מײן רײזע איבער שפּאַניע (דאָרט, 442 ז׳). אין 1929 איז אין װאַרשע דערשינען פּעטערבורג (442 ז׳), דאָס ערשטע בוך פון דער טרילאָגיע פֿאַרן מבול: דאָס צװײטע בוך, װאַרשע (442 ז׳), איז אין זעלביקן פ״ג אַרױס אין 1930, און דאָס דריטע בוך, מאָסקווע (516 ז׳) — אין 1931. אין דער טרילאָגיע האָט אַש זיך פאַרמאָסטן (1) צו שילדערן דאָס לעבן פון דער ײדישער גרױס־בורזשואַזיע און רוסיפיצירטער אינטעליגענץ, איז פּעטערבורג פון פאַר 1914, (2) צו געבן אַן אַלזײטיק בילד פון אַלע קלאַסן פון דער ײדישער געזעלשאַפט אין װאַרשע און לאָדזש אין די שטורמישע ערשטע צװײ צענדליק יאָר פון 20טן י״ה און (3) אַ קװערשניט פון דער באָלשעװיסטישער רעװאָלוציע (1917–1920) אין פּעטערבורג, מאָסקװע אוז אַנדערע שטעט פון רוסלאַנד. די אינעװײניקסטע פאַרבינדונג איז אין די דרײ ראָמאַנען אַ שװאַכע, די הױפּט־געשטאַלט, דער יונגער זאַכאַרי מירקין, איז אומקלאָר און װאַקלדיק. אין דעם ערשטן בוך, און דערהױפּט אין דעם דריטן, לאָזן זיך צו שטאַרק פילן פרעמדע השפּעות, דערפאַר איז װאַרשע גראַנדיעז, װי מיט דער פילזײטיקער לעבענסשטײגער־שילדערונג, אַזױ אױך מיט דער לעבעדיקײט פון די אײנצלנע געשטאַלטן. נאָך דער טרילאָגיע „פאַרן מבול“ איז געקומען גאָטס געפאַנגענע („דער גורל פון אַ פרױ“), אַ פּסיכאָלאָגישער ראָמאַן, געדרוקט אין װאַרשע, 1933 (291 ז׳). אין 1934 איז פאַרעפנטלעכט געװאָרען דער תהלים־ייד (װאַרשע, 611 ז׳) — אַ מין סך־הכל פון מאָטיװן, װאָס זײנען געװען צעשפּרײט איבער אַשס פײערדיקע װערק. גלױבן איז דער תוך פון דעם ראָמאַן, אַ העכערער גלױבן, װאָס שטײט איבער פאָרם אָדער ריטואַל און נעמט אַרום אַלע מינים גלױביקע. אין 1937 איז דערשינען בײם אָפּגרונט (װאַרשע), אַ ראָמאַן פון דער ערב־היטלער־צײט אין דײטשלאַנד, 1938 — דאָס געזאַנג פון טאָג (דאָרט, 215 ז׳), אַ פּאָעטישע שילדערונג פון דעם חלוצים־לעבן אין א״י. אין 1930 האָט מען אין װאַרשע געפײערט אַ׳־ס דאָפּלטן יובילײ —50טן געבױרנטאָג און 30 יאָר ליטעראַריש שאַפן. אין 1933 איז װידער געװען אַ טומל אַרום אַשס נאָמען, אין פאַרבינדונג מיט זײן אָננעמען אַ מעדאַל פון דער פּילדסודסקי־רעגירונג. אַ׳ האָט אין די 30קער יאָרן געלעבט אין פראַנקרײך און אין פּױלן, איז אױך אַרומגעפאָרן איבער פאַרשײדענע אַנדערע לענדער פון אײראָפּע. אין 1935 האָט ער אָפּגעשטאַט אַ װיזיט אין ניו יאָרק, דאַן איז ער געקומען צוריק קײן פּאַריז און אין 1938 װידער פאַרלאָזן אײראָפּע און זיך באַזעצט אין אַמעריקע. 

      סוף 30קער און אין די 40ער יאָרן האָט אַש געשריבן זײנע קריסטוס־ראָמאַנען און טעאָלאָגיש־פילאָסאָפישע עסײען און אַרטיקלען. אין פּוטנאַם־פ״ג, נ״י, איז אין 1939 דערשינען  The Nazarene , די ענגלישע איבערזעצונג פון דער מאַן פון נצרת (אין אָריגינאַל איז עס אַרױס פון דרוק אין נ״י ערשט אין 1943, צװײ בענד). דאָס איז אַ װערק פון גרױסן פאַרנעם. לױט די ריזיקע לײװנטער פון לעבנס־שילדערונג אין דרײ קולטור־סביבהס, אַ פּאַגאַניסטישער, אַ רױמיש־העלענישער און אַ ײדישער, האָט עס צו זיך קײן גלײכן ניט אין דער ײדישער ליטעראַטור. עס צײכנט זיך אױס אױך מיט דער מײסטערשאַפט בײם שילדערן אײנצלנע געשטאַלטן, אַ חוץ דער הױפּטגעשטאַלט, װאָס איז צו אַבסטראַקט־„הימליש“ צו האָבן פלײש און בלוט. אין צו פיל שטעלן — און דאָס איז דער גרױסער קינסטלערישער פעלער פונעם בוך — האָט אַ׳ צו געטרײ נאָכגעפאָלגט דעם נײעם טעסטאַמענט. דאָך (און אפשר דערפאַר) איז די ענגלישע װערסיע ענטוזיאַסטיש אױפגענומען געװאָרן פון דער ערנסטער ענגלישער פּרעסע. אין אַ גרױסן טײל פון דער ײדישער פּרעסע האָט מען אַ׳־ן און זײן בוך זײער שאַרף אַטאַקירט, דער עיקר פון רעליגיעזן און נאַציאָנאַלן שטאַנדפּונקט. אױף די טענות קעגן אים האָט אַ׳ געענטפערט מיט אַ רײ אַרטיקלן און פּרעסע־אינטערװיוען אין דער ײדישער און ענגלישער פּרעסע און אומדירעקט מיט דער בראָשור What I Believe  (נ״י, 1941). די קאָנטראָװערסיע איז זיך צעװאַקסן, אײניקע האָבן אַ'־ן אַפילו חושד געװען אין „אָפּטריניקײט“, אין נאַציאָנאַלן פאַרראַט. אין.פאָרװערטס, װאו אַ׳ האָט רעגולער מיטגעאַרבעט צענדליקער יאָרן, האָט מען דעם ראָמאַן נישט געדרוקט. אױך די טירן פון אַנדערע ײדישע טאָג־צײטונגען זײנען פאַר אים געשלאָסן געװאָרן. בלױז אַ קלײנער טײל ײדישע, העברעאישע און ענגליש־ײדישע צײטשריפטן האָט זיך ניט סאָלידאַריזירט מיט די, װאָס האָבן דעם שריפטשטעלער באָיקאָטירט. אײניקע פאָרשטײערס פון דער ײדישער קריטיק האָבן פון אַ רײן ליטעראַרישן שטאַנדפּונקט אָפּגעשאַצט דעם מאַן פון נצרת. װי אײנע פון די העכסטע, „אױב ניט די העכסטע“, קינסטלערישע דערגרײכונג אין דער ײדישער ליטעראַטור פון דער לעצטער צײט. אין 1943 איז אין פּוטנאַם־פ״ג דערשינען, אין ענגלישער איבערזעצונג, דער צװײטער פון אַ׳־ס קריסטוס־ראָמאַן — The Apostle (דער אַפּאָסטאָל), װאָס אין ײדישן אָריגינאַל איז ער נאָך ניט דערשינען. דאָס איז אַ ראָמאַן, װאָס שילדערט די פּערזענלעכקײט און דאָס אַרומיקע לעבן פון דעם אַפּאָסטאָל פּאול (שאול פון תרשיש). װי אין פּרט פון סביבה־שילדערונג, אַזױ אױך מיט דער כאַראַקטער־געשטאַלטיקונג איז דער אַפּאָסטאָל װינציקער קאָמפּליצירט און דערפאַר גאַנצער און קאָמפּאַקטער װי דער מאַן פון נצרת, אָבער אױך דאָ לײדט די קינסטלערישקײט פון דעם מחברס ניט גענוג קריטישן נאָכפאָלגן דער אינטערפּרעטאַציע פון די עװאַנגעליעס. דאָס האָט געשטערט דער פרײקײט פון דעם קינסטלערס פאַנטאַזיע בײם פאָרמירן די הױפּט־געשטאַלט פון דעם ראָמאַן. 1949 איז אין ענגלישער איבערזעצונג (אין דעם זעלביקן פּוטנאַם־פ״ג) דערשינען דאָס דריטע בוך פון דער סעריע — מערי. קינסטלעריש פיל שװאַכער, און פון שטאַנדפּונקט פון קריסטלעכער סימבאָליק — פיל צוגעשפּיצטער, װי די פריערדיקע צװײ ראָמאַנען. איז דער קאַמף קעגן אַשן, װאָס איז געװען שױן אַ ביסל אײנגעשטילט, װידער באַנײט געװאָרן און נאָך מיט מער אימפּעט.

      אין דער צװישן־צײט איז אַש (1943) געװאָרן אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פון דער מאָרגן־פרײהײט, דערבײ האָבן בײדע צדדים דערקלערט, אַז זײ זײנען אײנער פאַר דעם אַנדערן ניט פאַראַנטװאָרטלעך. האָט טאַקע אַ׳־ס פאַרבינדונג מיט אָט דעם עקסטרעם־לינקן פּאָליטישן אָרגאַן לאַנג ניט אָנגעהאַלטן. פאַר די 2–3 יאָר פון דער „פרײנדשאַפט על פּי נױט“ זײנען פון לינקע פאַרלאַגן אַרױסגעגעבן געװאָרן אַשס דערצײלונג היטלערס געבורט (64 ז׳), די דערצײלונג אַ ײדיש קינד אין שנת תש׳׳ה, װאָס איז שפּעטער אַרײן אין דער זאַמלונג פון אַ׳־ס געטאָ־דערצײלונגען א״ט דער ברענענדיקער דאַרן, נ״י, 1946, 285 ז׳, — אַ זאַמלונג, װאָס נעמט אַרײן יתגדל ױתקדש, קריסטוס אין געטאָ, אַ קינד פירט דעם װעג א״אַ. אין 1948 האָט דער „איקוף“ אַרױסגעגעבן 2 בענד פון אַ׳־ס „געקליבענע װערק“ (1 — דאָס שטעטל, ר׳ שלמה נגיד, דער פאַרבאָרגענער בחור; 2 — דאָס געזאַנג פון טאָל א״אַ). אין 1946 איז דערשינען דער ראָמאַן איסט ריװער (לאַוב־פ״ג, 514 ז׳), װאָס, צו גלײך מיט אַ שלל מײסטערהאַפטע סאָציאַלע שילדערונגען פונעם פריאיקן ײדישן לעבן אױף דער ניו יאָרקער איסט סאַיד, ברענגט ער אַ פאַרמעסט צו פאַרקערפּערן רעאַליסטיש־לעבענשטײגעריש אַ׳־ס אידײע, אַז צװײ אמונות (די ײדישע און די קריסטלעכע) קאָנען הױזן אונטער אײן דאַך, נישט נאָר אונטער אײן הימל, — אַן אידײע, װאָס זוכט אַ תיקון בײ אַ׳־ן פונעם שטעטל, װאו די תפילות פון דער שול און פון קאָסציאָל פאַראײניקן זיך אין דער לופטן און גײען אַרױף צו אײן גאָט, און אַ גאַנצער סעריע יוגנט־דערצײלונגען (מענטשן און געטער, אַ קאַרנאַװאַל־ נאַכט), דורכן תהלים־ײד, ביז דער קריסטוס־טרילאָגיע. אין די לעצטע יאָרן האָט אַש אָנגעשריבן נײע דרײ װערק: משה (נ״י, 1951, 491 ז׳), אַ ביבלישער ראָמאַן; גראָסמאַן און זון (נ״י, 1954, 386 ז׳), אין ענגלישער איבערזעצונג: Passage in the Night ;The Prophet פּוטנאַם־פ״ג, נ״י, 1955, 343 ז׳ (דערװײל נאָר אין ענגליש). 

      אַן אומרואיקער, איז אַש קײן מאָל אין זײן לעבן צו לאַנג אױף אײן אָרט ניט געזעסן. אױך אין די לעצטע יאָרן האַלט ער אין אײן אַרומפאָרן — איבער אַמעריקע, אײראָפּע און מדינת ישראל, װאו מען האָט פאַר אים אין 1954 געמאַכט אין תל אביב אַ גרױסע עפנטלעכע אױפנאַמע. לױט די אַרטיקלען, פאַר און קעגן אַ׳־ז, װאָס מען דרוקט אַלץ אָפטער אין דער מדינת ישראלדיקער פּרעסע, שאַפט זיך דער אײנדרוק, אַז אױך דאָרט האָט נאָר אַ טײל פון דער ײדישער אינטעליגענץ מיט אים שלום געמאַכט. 

     אַלע אױסגאַבעס פון אַשס װערק אין ײדיש ביז 1925 װערן אױסגערעכנט בײ ז. רײזענען אין לעקסיקאָן, ב. 1.,ז״ז 183–185. דאָרט איז פאַראַן אױך אַ רשימה פון איבערזעצונגען פון אַשס װערק אין העברעאיש, רוסיש, פּױליש און דײטש — אױך ביז 1925. אין ז. זילבערצװײגס לעקסיקאָן פון ײדישן טעאַטער, ב. 1, ז״ז 105–111, איז דאָ אַן אױספירלעכע רשימה פון אַשס דראַמעס און קאָמעדיעס און זײערע איבערזעצונגען אין פרעמדע שפּראַכן, װי אױך פון זײערע אױפפירונגען אױף ײדישע און פרעמד־שפּראַביקע בינעס ביז 1930. פון יענער צײט אָן האָט מען אַשס װערק כמעט אַלע איבערגעזעצט אין ענגליש און עס זײנען אַרױס נײע איבערזעצונגען און נײע אױפלאַגעס פון פריערדיקע איבערזעצונגען אין העברעאיש, רוסיש, פּױליש, דײטש, פראַנצײזיש, שפּאַניש, איטאַליעניש, האָלענדיש, דעניש, אונגאַריש, רומעניש און אַנדערע שפּראַכן.

      די ליטעראַטור װעגן אַשן איז רײך און צום גרעסטן טײל צעװאָרפן איבער פאַרשײדענע צײטשריפטן אין פאַרשײדענע שפּראַכן. אַ טײלװײזע ביבליאָגראַפיע פון דעם, װאָס מען האָט געשריבן װעגן אַשן, געפינט זיך אין ז.רײזענס לעקסיקאָן, ב. 1, ז״ז 173–186, און אין ז. זילבערצװײגס טעאַטער־לעקסיקאָן, ב. 1. ז״ז 110–111; שלום אַש װעגען זיך אַלײן: דער װעקער, נ״י, 4 אָקט., 1930 (איבערגעדרוקט פון נײע פאָלקסצײטונג, װאַרשע, נומ. 206, 1930); ליטעראַרישע בלעטער, װאַרשע, 19 דעצ., 1930, אַש־יובילײ־נומער; מ. זילבערפאַרב, „שלום אַש — דער פּאָליטישער, געזעלשאַפטלעכער טוער“, צוקונפט, נ״י, יוני, 1931; ײדישע קולטור, נ״י, יאַנ., 1955 (צום 75טן געבױרן־טאָג פון שלום אַש); ח. ליבערמאַן, שלום אַש און קריסטנטום, נ״י, 1950, 256 ז׳; ד״ר אַ. מוקדוני, „שלום אַש איז אַװעק פון ײדיש“ (װעגן אַשס, גראָסמאַן און זון, אין ענגלישער איבערזעצונג), צוקונפט, נ״י, מערץ, 1950; נ. מײזיל, „שלום אַשס ערשטע קריטיקער“, ײדישע קולטור, נ״י, מערץ, אַפּריל, 1948; ש. ניגער, דערצײלערס און ראָמאַניסטן, 2טער טײל, נ״י, 1946, ז״ז 320–531; משה עובד, װיזיאָנען און אײדלשטײנער, לאָנדאָן, 1931, ז״ז 75–80, 203–215; לעאָ פינקעלשטײן, לשון ײדיש און ײדישער קיום, מעקסיקע, 1954, ז״ז 172–201; אב. קאַהאַן, שלום אַשס נײער װעג, נ״י, 1941, 96 ז׳; ח. ש. קאַזשדאַן, „אַשס װערק אין דער ײדיש־װעלטלעכער שול“, פאַ״ש, נ״י, 12 אױג., 1950; הלל ראָגאָף, דער גײסט פון פאָרװערטס, נ״י, 1954, ז״ז 73–75; מ. ראַװיטש, פאַ׳׳ש, 1941 (נומ. 35), 1944 (נומ. 10–14), 1945 (נומ. 46), 1947 (נומ. 33), 1950 (נומ. 8–10); י. ראַפּאָפּאָרט, צוקונפט, נ״י, אַפּריל 1954; נ. א. ראָנטש, אַמעריקע אין דער ײדישער ליטעראַטור (נ״י, 1945);  א. רײזען, עפּיזאָדן פון מײן לעבן, 1טער טײל, װילנע, 1929, 2טער טײל, װילנע, 1929, 3טער טײל, 1935; ד״ר י. שאַצקי װעגען דעם ראָמאַן משה, דער װעקער, נ״י, אױג., 1952; תלוש, ײדישע שרײבער, מיאַמי ביטש, 1953.                               

   י. כ־ש

Scan of original volume
click here to zoom

Thanks to those who OCR'ed, collated, codified and/or proofread this Yiddish text including: 

Further Research & Updates: Mark H., Metadata &/or OCR Proofreading: Barbara, Metadata &/or OCR Proofreading: Shoshke-Rayzl

© 2026 Congress for Jewish Culture 
Rights are reserved. If you wish to quote small portions of text or data from this Lexicon, you may do so with full attribution to the Congress for Jewish Culture and a link to the specific site, which credits the sources. The Lexicon is perpetually in process; so some elements cited might change as we correct and update information.

If you notice any errors or omissions in this Lexicon (or if you have any concerns or need help) please email us -- Or feel free to post a Public Comment, form at the end of each person's biography.

NOTE
A lot of our English and Yiddish texts and metadata are being worked on: researched, checked, corrected, fixed, formatted, updated, and translated.
There are many ways you can help.