געב. אין האָראָדאָק, װײסרוסלאַנד. ביז 16 יאָר געלערנט טראַדיציאָנעל־ײדישע לימודים. 1902–1906 געװען אין ריגע, װאו ער האָט זיך באַטײליקט אין דער בונדישער באַװעגונג. זינט 1908 אין װילנע, װאו ער האָט אָנגעהױבן זײן ליטעראַרישע טעטיקײט מיט אַן אײנאַקטער װעגן דער רעװאָלוציע פון 1905. אין 1918 געװאָרן אַ מיטגליד פון דער באָלשעװיסטישער פּאַרטײ, געטאָן אונטערערדישע אַרבעט אין װײסרוסלאַנד און אין ליטע. געװען אַ שטיקל צײט פאַרװאַלטער פון דער ײדישער סעקציע בײם אינסטיטוט פון װײסרוסישער קולטור („אינבעלקולט“). אָ׳ האָט געשריבן ראָמאַנען, דערצײלונגען, דראַמעס, קינדער־מעשהלעך, מעמואַרן, ליטעראַטור־קריטישע און פּובליציסטישע אַרטיקלען און ביכער. זײן דראַמע בלוט איז אױפגעפירט געװאָרן אינעם ײדישן מלוכה־טעאַטער פון װײסרוסלאַנד. פּסעװדאָנימען: ח. בער, ז. ב. עלענזאָן, חײם מיכלסאָן, קוליעס און אײניקל. אין בוכפאָרם: בײ די ערשטע זונען־שטראַלן. דראַמע אין 3 אַקטן, װילנע, 1911, 47 ז׳; דער אײביקער חלום, דראַמע, זמ״ב קנאָספּן, דאָרט, 1909; אַנאַ, דראַמע איז 3 אַקטן, דאָרט, 1911; די לעגענדע װעגן באָלשעװיזם, מאָסקװע, 1918; אַפ כװאַליעס, דערצײלונגען, מאָסקװע, 1924; אין דעם בלאָען קעסטעלע, מינסק, 1927, 49 ז; בלוט, טראַגעדיע איז 4 אַקטן, מינסק, 1929, 105 ז׳; אין באַהעלטעניש, דערצײלונגען פאַר קינדער, מאָסקװע, 1930, 80 ז׳; טעאַטער־שלאַכטן, אַרטיקלען־זאַמלונג, דאָרט, 1931, 230 ז׳; די ידישע ליטעראַטור אין װײסרוסלאַנד נאָך דער רעװאָלוציע, פּרואװן פון אַן אױספאָרשונג, מינסק, 1931, 258 ז׳; אַרטיאָם, מאָסקװע, 1932, 67 ז׳; אין קאַלימע, דאָרט, 1937, 95 ז׳; מיט אָפענע מײלער, מעשיות, מינסק, 1939, 33 ז׳; עפּיזאָדן, דערצײלונגען פאַר קינדער, מאָסקװע, 1940, 63 ז׳; קאָלימער דערצײלונגען, דאָרט, 1941, 140 ז׳. האָט רעדאַקטירט: די זמ״ב דער שנײדער, שטערן (װילנע), אָקטיאַבער, טאָג־צײטונג, דער שטערן, זשורנאַל (מינסק).
ז. רײזען, לעקסיקאָן 1; ש. ניגער: ײדישע װעלט, 1914, ב. 2; ליט. בלעטער, װאַרשע, 29 אַפּריל, 1927; „שמרס משפּט אױף שלום עליכמען“, צוקונפט, נ״י, יאַנ., 1947; מ. ליטװאַקאָװ, איו אומרו, ב. 2, מאָסקװע, 1926, ז״ז 159–180; י. בראָנשטײן, אַטאַקע. מאָסקװע, 1931; מ. כאַשטשעװאַצקי, רױטע װעלט, אױג., 1931; ש. ביטאָװ, פאַרן לענינישו עטאַפּ אין דער ליטעראַטור־קריטיק, קיעװ, 1932; י. מעסטל, ײװאָ־בלעטער, ב. 5, 1933; אליהו שולמאַן, „די ײדישע ליטעראַטור אין װײסרוסלאַנד“, שיקאַגע, פעב.–מערץ, 1933; א. אַבטשוק, עטיודן און מאַטעריאַלן, כאַרקאָװ, 1934, ז׳ 25; ײדיש־סאָװעטישער שרײבער ב. אָרשאַנסקי איז ריגע, אױפבױ, ריגע, יוני, 1941, נומ. 11; „ב אָרשאַנסקי“, אײניקײט, מאָסקװע, 17 נאַװ., 1945; אַ. פּאָמעראַנץ, עדעלשטאָט נעדענקבוך, נ״י, 1953.
