געב. אין טעטיעװ, לעבן קיעװ. געלערנט אין חדר, שפּעטער זיך געגרײט װי אַן עקסטערן אָנצוקומען אין אַ מיטלשול. 1918 אַריבערגעפאָרן קײן קיעװ. 1920–1921 געדינט פרײװיליק אין דער רױטער אַרמײ. 1922 אָנגעהױבן אַרבעטן אין דער קיעװער צײטונג קאָמוניסטישע פאָן, אָפּגעדרוקט דאָרטן אינעם זעלביקן יאָר זײנע ערשטע דערצײלונגען; זײ האָבן באַלד צוגעצױגן צו זיך די אױפמערקזאַמקײט מיט זײער פאַרביקער שפּראַך, לירישקײט און נאַטור־שילדערונג. 1926 איז אָ׳ געװען באַשעפטיקט אין װאָלין בײ מעליאָראַטיװע אַרבעטן און האָט שפּעטער די דערפאַרונגען אױסגענוצט אין זײן ראָמאַן הרעבליעס. אין זײן אַגלאָמעראַט האָט אָ׳ געשילדערט דעם קערטשער מעטאַלורגישן זאַװאָד. די סאָציאַל־עקאָנאָמישע ײדישע איבערבױאונג איז געװען די הױפּט־טעמע פון זײן שאַפן. אָ׳ האָט לאַנגע יאָרן נאָכאַנאַנד רעדאַקטירט די כאַרקאָװער צײטונג שטערן, דעם זשורנאַל סאָװעטישע ליטעראַטור א״אַ. ער האָט זיך אַ סך פאַרנומען מיט זשורנאַליסטיק און מיט איבערזעצונגען. די לעצטע יאָרן איז ער געװען אַקטיװ אינעם „ײדישן אַנטי־פאַשיסטישן קאָמיטעט“. — אין בוכפאָרם: גראָבערס, קיעװ, 1930, 68 ז׳; הרעבליעס, כאַרקאָװ, 1931, 294 ז׳; שלאכטן, 15 יאָר אָקטיאַבער אין דער קינסטלערישער ליטעראַטור, צונױפגעשטעלט אין אײנעם מיט ח. גילדין און א. קאַהאַן, דאָרט, 1932, 543 ז׳; אַגלאָמעראַט, ראָמאַן, קיעװ, 1935, 228 ז׳; שיכורע גענז, כאַרקאָװ־אַדעס, 1936, 12 ז׳. איבערזעצונגען: א. פּושקין, דעם קאַפּיטאַנס טאָכטער, קיעװ, 1936, 109 ז׳ ; פּ. פּאָסטישעװ, פון דער פאַרגאַנגענהײט, דאָרט, 1936, 39 ז׳; נ. אָסטראָװסקי, װי סיהאַט זיך פאַרהאַרטעװעט דאָס שטאָל, באַאַרבעט פאַר קינדער פון מיטעלן און העכערן עלטער, דאָרט, 1937; װאָס געװען און װאָס געװאָרן, צונױפגעשטעלט אין אײנעם מיט ב. סלוצקי, דאָרט, 1937, 214 ז׳; װיקטאָר הוגאָ, י ים־אַרבעטער, ראָמאַן, דאָרט, 1940, 359 ז׳; איװאַן פראַנקאָ, באָאַ קאָנסטרוקטאָר, דערצײלונג דאָרט, 1940, 103 ז׳.
י. בראָנשטײן, אַטאַקע, מינסק, 1931, ז״ז 248–279; ח. דוניעץ, מ.־פרײהײט, נ״י, 20 פעב., 1933; ס. זשוקאָװסקי, פּרואװן, כאַרקאָװ, 1934, ז׳ 92; ט. מיזשיריצקי, שטערן, מינסק, סעפּט. 1936, ז׳ 84; „צװישן די סאָװעטישע ײדישע שרײבער“, אײניקײט, מאָסקװע, 7 יוני, 1942; אַ. פּאָמעראַנץ, אינזשיניערן פון נשמות, נ״י, 1943, ז׳ 41; אױך אין מ.־פרײהײט, 17 מאַי, 1946; אַ. קושניראָװ, נײע פּרעסע, פּאַריז, 27 יולי, 1945; „הערשל אָרלאַנד“, אײניקײט, מאָסקװע, 19 מערץ, 1946 (נעקראָלאָג מיט אַרום 150 אונטערשריפטן); נ. י. גאָטליב, קענערער אָדלער, 30 מערץ, 1953.
