געב. אין דװינסק. פאָטער אַ שנײדער. געלערנט אין חדר, ישיבה און מיטלשול. אונטערן אײנפלוס פון אסתר־רחל קאַמינסקי זיך פאַרבונדן מיטן ײדישן טעאַטער: געשפּילט און אָרגאַניזירט אַמאַטאָרן־פאָרשטעלונגען; שפּעטער געשפּילט מיט פּראָפעסיאָנעלע טרופּעס; אָרגאַניזירט אַרטיסטן־פאַראײנען, טעאַטער־סטודיעס; געשפּילט און רעזשיסירט אין ײדישע מלוכה־טעאַטערס אונטערן סאָװ. רעזשים. געשריבן אַרטיקלען װעגן ײדיש טעאַטער אין סאָװעטיש־ײדישער פּרעסע. מחבר פון פּיעסעס: ריסטעקראַטן און מענטשן, דראַמאַטישע קאָמפּאָזיציע אין צװײ אַקטן, עלף בילדער (לױט שלום עליכם), מינסק, 1928, 68 ז׳; לופט־פּרנסה, פּיעסע אין דרײ אַקטן, פינף בילדער (לױט שלום עליכם), מינסק, 1930, 70 ז׳. איבערגעזעצט גאַבריעלאַ זאַפּאָלסקאַס די זײלן פון מאראַל. װײטערדיקער נורל אומבאַקאַנט.
ז. זילבערצװײג, לעקסיקאָן פון ײדישן טעאַטער, ב. 1; „נײע אױפפירונגען פון דעם ביראָ־בידזשאַנער ײדישן טעאַטער“, אײניקײט, מאָסקװע, 2 דעצ., 1943; מ. ראַפאַלסקי, פאָרװאָרט צו דער פּיעסע „װעגען ריסטעקראַטן און מענטשן“.
