אַ סך יאָרן געװען לערער אין סאָװעטיש־ײדישע שולן. געפאַלן אױפן פראָנט אין דער צװײטער װעלט־מלחמה. געשריבן ראָמאַנען, דערצײונגען און רעפּאָרטאַזשן פונעם סאָװעטיש־ײדישן לעבן. אַ באַזונדער אָרט פאַרנעמט זײן קינדער־טעמאַטיק. אין בוכפאָרם: נינאַ און מאַיאָרטשיק, כאַרקאָװ, 1930, 298 ז׳; די פאַבריק רופט, מאָסקװע, 1931, 20 ז׳; אין גלי, כאַרקאָװ, 1932, 217 ז׳; קאָמונע „ב. נ. ל.“, ראָמאַן אין 3 טײלן, דאָרט, 1932, 279 ז׳; אין װאָכעדיקן קאַמף, טיפּן און סילועטן, כאַרקאָװ־קיעװ, 1932, 43 ז׳; אַף שטאָלענע שליאַכן, רײזע־פאַרצײכענונגען, כאַרקאָװ, 1932, 70 ז׳; גאַבוט, ערשטער בוך, כאַרקאָװ־קיעװ, 1933, 210 ז׳; ערשטע, ראָמאַן, כאַרקאָװ, 1934, 285 ז׳; איבער באַריערן, ראָמאַן, כאַרקאָװ־קיעװ, 1934, 219 ז׳; אין אײנעם אַ זומער־טאָג, קינדער־דערצײלונגען, כאַרקאָװ, 1935; שפּיל־אָפדערעמעסן, קיעװ־כאַרקאָװ, 1935; די ערשטע רײזע, דערצײלונג פאַר קינדער, כאַרקאָװ, 1938; אַ װינטער־טאָג אין ײשעװ־לענינאַ. קיעװ, 1938; באַם קורגאַן, דאָרט, 1939; לאַנדסלײט, דאָרט, 1939, 31 ז׳; קאַמבל און זײנע פײנט, דאָרט, 1939, 383 ז׳; דערצײלונגען און נאָװעלן, דאָרט, 1940, 174 ז׳; איבערגעזעצט (אין אײנעם מיט א. אַבטשוק) דער אײן און פערציקסטער, פון לאַװרעניעװ, א״אַ.
דעקלאַראַציע פון דער אַסאָציאַציע פון רעװאָלוציאָנערע ײדישע שרײבער אין אוקראַינע, רױטע װעלט, כאַרקאָװ, מאַי־יוני, 1927; ש. ניגער, „אין דער סאָװעטיש־אידישער ליטעראַטור“, צוקונפט, נ״י, פעב., 1930; ס. זשוקאָװסקי, פּראָליט, אָקט.־נאָװ., 1930; פּרואװן, כאַרקאָװ, 1934, ז׳ 101; ד. רומאַנאָװע, קריטיש־ביבליאָגראַפישער ביולעטין, מינסק, 1933, נומ. 2; ה. בלאשטײן, שטערן, כאַרקאָװ, 1933, נומ. 55; ח. דונעץ, אקטיאבער, מינסק, 1934, נומ. 102; מ. א., אַ בריװ אין רעדאַקציע, שטערן, כאַרקאָװ, 1939, נומ. 109; ש. הירש (ש. קאַראָװסקי), פאַרמעסט, כאַרקאָװ, 1934, נומ. 12; א. קאָזאַק, פּראָלעטאַרישע פאָן, קיעװ, 1935, נומ. 158; י. ראַבינאָװיטש, זײ גרײט, כאַרקאָװ, 1936, נומ. 5; אײניקײט, מאָסקװע, 15 אַפּריל, 1943; אײניקײט, דאָרט, 17 מאַי, 1945; א. קושניראָװ, נײע פּרעסע, פּאַריז, 27 יולי, 1945; פאַראײביקן דעם אָנדענק פון די אומגעקומענע שרײבער, אײניקײט, מאָסקװע, 16 נאָװ., 1946; ד. ספארד, שרײבער און ביבער, לאָדזש, 1949, ז׳ 47.
