געב. איז באָלטינאָװ, אינעם לאַטגאַלישן טײל פון לעטלאַנד. שפּעטער אַריבערגעפאָרן קײן ריגע, פון דאָרטן — קײן מאָסקװע אין דער צײט פון ערשטן װעלט קריג, דאַן (אָנהײב 20ער יאָרן) צוריק קײן ריגע. זינט 1913 געשריבן דערצײלונגען, פעליעטאָנען און אַרױסגעגעבן הומאָריסטישע יום־טוב־בלעטער. 1917 נעגרינדעט אין נארװע דעם פ״ג חבר. װאָס האָט אונטער אַ׳־ס רעדאַקציע, צום טײל אין זײן איבערזעצונג, אַרױסגעגעבן זאַמלונגען פון ניט־ײדישער ליטעראַטור (מאַרק טװײן, טאָלסטאָי, מאָפּאַסאַן, קופּרין, בעלאַמי), װי אױך פּאָליטישע בראָשורן: װער זײנען עס באָלשעװיקעס און מענשעװיקעס?; די מלוכה־אָרדענונג אין פראַנקרײך, ענגלאַנד, אַמעריקע און שװײץ; קאַפּיטאַליזם און פּראָסטיטוציע פון א. בעבעל א״אַ. 1920 מיטגעאַרבעט אין דער ריגער טאָג־צײטונג דאָס פאַלק. 1922 פאַרלאָזן, צוזאַמען מיט אַנדערע מיטאַרבעטער, די צײטונג און אַרױסגעגעבן אַ פּאַמפלעט די געלע פּרעסע. פון 1923 און װײטער מיטגעאַרבעט אין פאַרשײדענע ריגער ײדישע צײטונגען און זשורנאַלן, װי: די נײע צײט, לעצטע נײעס, פרימאָרגן, נײ־ערד, די װאָך א״אַ און רעדאַקטירט די הומאָריסטישע זשורנאַלן אשמדאי און גרינע ריטער (צװישן 1922 און 1929). אין דער היטלער־צײט באַװיזן זיך צו ראַטעװען אין סאָװעט־רוסלאַנד, אין טאַשקענט. נאָכן קריג זיך צוריקגעקערט קײן ריגע. זײן װײטערדיקער גורל איז ניט באַקאַנט.
ז. רײזען, לעקסיקאָן, ב. 1; מ. גערץ, 25 יאָר ײדישע פּרעסע אין לעטלאַנד, ריגע, 1933, ז׳ 60; ד. טשאַרני, אַ יאָר— צענדליק אַזאַ, נ״י, 1943, ז׳ 228; אַ ריגער, יזכור־אַלמאַנאַך פון ריגער רעליף, נ״י, 1948.
