סאָװעטיש־ײדישער פּאָעט. שטאַמט פון מינסק. געקראָגן אַ טראַדיציאָנעלע ײדישע דערציאונג און געלערנט אין אַ ישיבה. אָנהײב 20ער יאָרן, װען ער איז געװען זײער יונג, האָט ער דעביוטירט מיט אַ ליד אין מינסקער װעקער. זינט דעמאָלט האָבן זיך זײנע לירישע לידער כסדר געדרוקט אין סאָװעטיש־ײדישע זאַמלביכער און זשורנאַלן. אין די יאָרן 1921–1923 האָט ער פאַרעפנטלעכט זײנע שאַפונגען אין מינסקער װעקער און אין 1935 איז ער געװען אַ מיטגליד פון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פון דעם זשורנאַל. 1925–1926 מיטגעאַרבעט אין די רױטע װעלט. 1927 — אין מינסקער שטערן. אין 1939 האָט ער, צוזאַמען מיט ה. קאַמענעצקין, צוזאַמענגעשטעלט דאָס ליטעראַרישע זמ״ב אָרדנטרעגערישע װײסרוסלאַנד, מינסק, 245 ז׳. אין בוכפאָרם: צאַפּל, מינסק, 1922, 29 ז׳; לידער, מינסק, 1932, 46 ז׳; און װידער לידער, 1935, 116 ז׳; אױג אױף אױג, פּאָעמעס (געשריבן אין 1924–1934), מינסק, 1937, 238 ז׳. אַ׳ האָט איבערגעזעצט אין ײדיש דעם װײסרוסישן פּאָעט יאַנקאַ קופּאַלאַ. זײנע לידער זײנען מיט באַגײסטערונג אױפגענומען געװאָרן דורך די סאָװעטיש־ײדישע קריטיקער. זײ האָבן, אָבער, כסדר געזוכט אױף אים חטאים; ער איז ניט געװען קײן פּאַרטײ־מאַן.
אין 1939 איז ער געקומען קײן ביאַליסטאָק. ער האָט זיך זײער גוט פאַרהאַלטן צו די ײדישע פּליטים־שרײבער פון פּױלן. האָט חתונה געהאַט מיט איטשע מאיר װײסענבערנס טאָכטער. אין דעם זעלביקן יאָר איז ער, אין באַגלײטונג פון אַ „שומר“, דעם רעדאַקטאָר פון מינסקער אַקטיאַבער, מאָדעל, געקומען קײן װילנע און דאָרט זיך באַקענט מיט װילנער ײדישע שרײבער, װאָס האָבן אים זײער גוט אױפגענומען. דער דאָזיקער באַזוך אין װילנע האָט גורם געװען זײן טראַגישן טױט. אָט װי עס שילדערט עס (אין פאַרקירצונג) אַן עד־ראיה, שמערקע קאַטשערגינסקי, ע״ה: „די נעסט זיצן אין האָטעל־צימער מיט אַ פּאָר שרײבער פון װילנע, קומט אַרײן אַן אומרואיקער דער רעדאַקטאָר פון װילנער עמעס, דוד אומרו. ער דערצײלט, אַז נעכטן אָװנט האָט מען אים גערופן אין דער פּאַרטײ און אים געמאָלדן דעם באַשלוס אָפּצושטעלן די אײנציקע ײדישע צײטונג אין װילנע, דעם װילנער עטעס. „מיר װעלן דאָס ניט דערלאָזן!“ האָט אױסנערופן זעליק אַקסעלראָד. „װאָס אַזױנס טראַכט איר צו טאָן?“ האָט אים אַ פרעג געטאָן מאָדעל. „איך װעל גײן אין דער פּאַרטײ און דערקלערן, אַז װילנע איז ניט... „איר װעט ניט גײן!“ — האָט באַפעלעריש געענטפערט מאָדעל.“ אין 1941 איז אַקסלראָד אַרעסטירט געװאָרן אין מינסק. ער איז באַשולדיקט געװאָרן אין ײדישן נאַציאָנאַליזם און דערשאָסן געװאָרן. דער סאָװעטיש־ײדישער דערצײלער עליע קאַהאַן, װאָס איז געװען בעת דער עקזעקוציע, האָט איבערגעגעבן, אַז מען האָט אים געשאָסן הינטערװײלעכס און אַז בעתן אומפאַלן האָט ער אױסגערופן: „מאַמע! אױ, רבונו של־עולם!“
ש. קאַטשערגינסקי, צװישן האַמער און סערפּ, פּאַריז, 1949; מ. גראָסמאַן, אין פאַרכישופטן לאַנד פון לעגענדאַרן דזשוגאַשװילי. ב. 2, פּאַריז, 1949; י. בראָנשטײן, „ז. אַקסעלראָדס דיכטערישער װעג“, אַפן װיסנשאַפטלעכן פראָנט. נומ. 3–4, מינסק, 1933; „דער סטילן־קאַמף“, פּראָליט, כאַרקאָװ, נומ. 3–4, 1930; שעפערישע פּראָבלעמעס פון דער ײדישער סאָװעטישער פּאָעזיע, מינסק, 1936, װי אױך אין אַטאַקע, מאָסקװע־כאַרקאָװ־מינסק, 1931, ז׳ 331; ב. אָרשאַנסקי, „די ײדישע פּאָעזיע אין װײסרוסלאַנד נאָך דער רעװאָלוציע“, צײטשריפט, ב. 5, מינסק, 1931; י. דאָברושין, „זעליק אַקסעלראָדס װעג“, שטערן, מינסק, 10–11, 1932, און סאָװעטישע דיבטונג, מאָסקװע, 1935; ג. יאַבראָװ, סאָװעטישע ליטעראַטור, קיעװ, יוני, 1940; א. דאַמעסעק, שטערן, מינסק, סעפּט., 1935; ה. װײנרױך, בלוט אױף דער זון, נ״י, 1950; װ. װיטקין, שטערן, מינסק, נומ. 7–8, 1932; ש. ניגער, „די שטילע מרידה אין דער סאָװעטיש־ײדישער ליטעראַטור“, ליטעראַרישע בלעטער, 14 אַקט., 1927; ב. גלאַזמאַן, „אַן אָװנט אין מאָסקװער קלוב „קאָמוניסט“, אידישער קעמפער, נ״י, 4 אַקט., 1940.
ז.ד.
