געב אין טשאַשניק, לעבן װיטעבסק, װײסרוסלאַנד. געלערנט אין חדר, דערנאָך אין װיטעבסקער גימנאַזיע ביזן 6טן קלאַס. 1903 עמיגרירט קײן אַמעריקע. 1908 אָנגעהױבן דרוקן אַרטיקלען און קאָרעספּאָנדענציעס אין דער פאַ״ש אױף סאָציאַל־פּאָליטישע טעמעס און װעגן פראַגעס פון אַרבעטער־לעבן. אַ צײט געדרוקט אין פאַרװערטס, אין אַרבײטער פרײנד, לאָנדאָן, — אַרטיקלען, פעליעטאָנען, איבערזעצונגען. 1907 רעדאַקטירט אין פילאַדעלפיע 13 נומערן פון אַן אַנאַרכיסטישער צײטונג, ברױט און פרײהײט, במשך אַ סך יאָרן געװען סעקרעטאַר פון דער ײד. אַנאַרכיסטישער פעדעראַציע אין אַמעריקע. מיטגליד פון פאַרװאַלטונגס־ראַט פון דער פאַ״ש. פּסעװדאָנים: „ניהיליסט“.
יוסף קאַהאַן, די ײד. אַנאַרכיסטישע באַװעגונג אין אַמעריקע, פילאַדעלפיע, 1945, ז״ז 430, 453 און 454; נעקראָלאָגן אין פאַ״ש.
