געב. אין באָברױסק, זון פון ש. אַלעקסאַנדראָװ, מחבר
פון האַלב־משכילישע ספרים אױף לשון־קודש.
געװען טעטיק אין מינסק, װײסרוסלאַנד, װי אַ פּעדאַגאָג און אַ װיסנשאַפטלעכער פאָרשער. געװען מיטאַרבעטער פון ײדישן סעקטאָר פון דער װײסרוסישער
װיסנשאַפט־אַקאַדעמיע, מיטאַרבעטער פון שטערן.
מיטאַרבעטער און מיטרעדאַקטאָר פון צײטשריפט,
אױסגאַבע פון דער װײסרוסישער װיסנשאַפט־אַקאַדעמיע. פון זײנע װיכטיקערע אַרבעטן איז כדאי צו
דערמאָנען: „מיטטײלונגען און מאַטעריאַלן, סאָציאַלע
קעגנזאַצן אין ײד. קעהילעס אין 16טן און 17 י״ה“
(צײטשריפט. מינסק, ב. 2, 3, 1928); „די ײדישע
באַפעלקערונג אין די שטעט און שטעטלעך פון װײס־
רוסלאַנד“ (צײטשריפט, מינסק, ב. 2, 3, 1928) א״אַ.
אין בוכפאָרם אַרױסגעגעבן: דער װעג צום ערשטן
מאַי, זמ״ב, מינסק, 1926, 39 ז׳; פאָרשט אײער
שטעטל, מינסק, 1928, 16 ז׳; געזעלשאַפט־קענטעניש
— אַרבעט־בוך פאַרן 5טן לערניאָר, 1 ט., מינסק,
1928, 104 ז׳ (צוזאַמען מיט: י. רובין, ל. כאַנטון,
האָלמשטאָק און ה. דאָרדאַק) ; אונדזער קאַנט — באַשרײבונגען פון דער װײסרוסישער סאָציאַליסטישער
סאָװ. רעפּובליק, 1 ט., מינסק, 1929, 84 ז׳, צװײטער טײל — 106 זײטן (צוזאַמען מיט ה. ראָזענהױז);
ײדן אין װ.ס.ס.ר., מינסק, 1930, 154 ז׳ (צוזאַמען
מיט א. װאָראָבײטשיק); סאָציאַליסטישער בױ —
כרעסטאָמאַטיע, אַרבעטבוך פאַרן 3טן לערניאָר,
מינסק, 1930, 414 ז׳; מיט טריט פון פינפיאָר װ.ס.
ס.ר. — 1טע העפט, בײלאַגע צום אַרבעטבוד, מינסק,
1931, 32 ז׳; דער פּראָלעטאַריאַט אין װ.ס.ס.ר. —
מינסק, 1933. זײן גורל איז ניט באַקאַנט.
ביבליאָגראַפישע יאָרביכער פון ײװאָ, װילנע, ב. 1, 1926;
ביבליאָנראַפישער אַרכיװ פון ײװאָ, נ״י; ד״ר י. שאַצקי,
„געשיכטע פון בילדונג בײ ײדן“, שריפטן פאַר פּסיכאָלאָגיע און פּעדאַגאָגיק. ב. 1, ײװאָ, װילנע, 1933.
