פון 1930 אָן געװען רעדאַקטאָר פון דער ט״צ דער אָדעסער אַרבעטער. אין בוכפאָרם: זכרונות פון אַ געװעזענעם אַנאַרכיסט, װעגן דער צײט פון בירגער־קריג, אינטערװענציע, אָקופּאַציע; פאַרמעקטע װעגן, בערדיטשעװ, 1932, 208 ז׳; אין אַנגלי, כאַרקאָװ, 1932, 144 ז׳; טעמפּן, פאַרצײכענונגען, כאַרקאָװ-קיעװ, 1932, 175 ז׳. אַ׳ האָט אױך געשריבן אַרטיקלען װעגן ײדישער שפּראַך און ליטעראַטור. זײן גורל איז אומבאַקאַנט.
י. קװיטני, י. מיטלמאַן, „די אידישע סאָװעטישע ליטעראַטור“, מאָרנן־פרײהײט, 9 יאַנ., 1933; אַפן שפּראַכפראָנט, 3–4, קיעװ, 1935.
