אַדאָפּטירטער נאָמען פון אליהו־חײם בן שלמה־זלמן שעפּס. געבױרן אין װאַרשע אין אַ זײער אָרעמער משפּחה. ביז 10 יאָר געלערנט אין חדר. 1907 געדרוקט צום ערשטן מאָל אַ ליד אין ראָמאַן־צײטונג. אין 1908 געקומען קײן קראָקע, װאו ער האָט געדרוקט לידער אין אברהם רײזענס קונסט און לעבן. צוריק אין װאַרשע, שטײט ער צו צו דער פאָלקלאָר־גרופּע, געגרינדעט פון נח פּרילוצקי; זאַמלט פאָלקס־לידער, מעשיות, תחינות. מיט דער גרינדונג פון דער װאַרשעװער צײטונג דער מאָמענט װערט ער איר שטענדיקער מיטאַרבעטער און אַ צײט — אױך רעדאַקציע־סעקרעטאַר. חוץ פעליעטאָנען און לידער, פאַרעפנטלעכט ער דאָרט אַ סעריע פאָלקס־מעשיות װעגן ײדישן אָנטײל איז פּױלישן אױפשטאַנד פון 1863. ער דרוקט אױך לידער אין פּרצעס זמ״ב ײדיש, אין ליטװינס לעבן און װיסנשאַפט, דער שטראַל א״אַ. סוף 1912 עמיגרירט ער קײן אַמעריקע און װערט דאָ מיטאַרבעטער פון טאַגעבלאַט. אונטערן פּסעװדאָנים עליאש אַרבעט ער מיט אין גרױסן קונדס א״אַ. װאױנט אַ שטיקל צײט אין קאַנאַדע, װי אַ מיטאַרבעטער פון קענעדער אָדלער. רעדאַקטירט דאָרט די חודש־שריפט דער קװאַל (אַרױס בלױז אײן נומער), דעם זמ״ב עפּאָכע (מיט י. י. סיגאַל און א. ש. שקאָלניקאָװ). נאָכן אונטערגאַנג פון טאַגעבלאט מיטגעאַרבעט אין פאַרװערטס, טאָג און מ.־זשורנאַל, נ״י, געדרוקט לידער און עסײען איז צוקונפט, נ״י, ליטעראַרישע בלעטער, װאַרשע, אידישע צײטונג, דער שפּיגל, דװקא — אַרגענטינע, אָבער דער עיקר אין דער פאַ״ש (זינט 1923). פּסעװדאָנימען: אלי עלין, עליאש, ל. יאש, ד״ר ב. גיטלין, ד״ר א. עלקין, ש. אליהו, א. תשבי, אליהו זײדלער, ח. רײזלין, ע. אלשי, חײם אשלי.
אין בובפאָרם: די צװײטע עקסיסטענץ (װעגן השארת הנפש), נ״י־מאָנטרעאל, 1921; בײ די ראַנדן (לידער), נ״י, 1923; אין עליאשס קעניגרײך (שטיפערישע יוגנט־לידער), װאַרשע, 1924; די כינעזישע פילאָסאָפיע און פּאָעזיע, נ״י, 1925; פאַר די ליכט (לידער), װאַרשע, 1927; די רײד פון בודאַ, װילנע, 1927; ײדישע פּאװסטאַניע־מעשיות, װאַרשע, 1928 (איבערגעזעצט אױף פּױליש, װאַרשע, 1929); מענטש און װעלט (עסײען), דאָרט, 1928; הומאַריסטישע שריפטן איז צװײ בענד, דאָרט, 1928–1929, 324 ז׳; װען ס׳גלוסט מיר צו לאַכן (פעליעטאָנען און שארזשן), דאָרט, 1930; ליטעראַרישע נסיעות (עסײען), דאַרט, 1931, 500 ז׳; מיט זיך און מיט אַנדערע (עפּיזאָדן און דערצײלונגען), דאָרט, 1932; מענטשן און אידײען (עסײען), דאָרט, 1933, 332 ז׳; געקליבענע לידער, דאָרט, 1933, 292 ז׳; קריטיק און פּאָלעמיק, דאָרט, 1939, 264 ז׳; געזאַנג און געװײן (געטאָ־ און חורבן־לידער), נ״י, 1943; מאָמענטן פון אַ לעבן (זכרונות פון קינדהײט און יוגנט־יאָרן), ב. אײרעס, 1948, 254 ז׳; לעצטע געזאַנגען (לידער), דאָרט, 1954; אױך עטלעכע בראָשורן װעגן געזעלשאַפטלעכע ענינים.
א. אַלמיס לידער זײנען אָפט סאַטיריש אָדער הומאָריסטיש; אײנפאַך און קלאָר זײנען זײ אױך דאַן, װען זײ זענען ליריש־פילאָסאָפיש. מיט זײנע פּאָפּולער געשריבענע עסײען װעקט ער אַן אינטערעס צו רעליגיעז־מיסטישע פּראָבלעמען. זײן ליטעראַטור־קריטיק איז שאַרף־פּאָלעמיש. גאָר אַ באַזונדערן װערט האָבן זײנע ליטעראַרישע זכרונות.
ז. רייזען, לעקסיקאָן, ב 1; מ. באַסין, 500 יאָר ידישע פּאָעזיע; ש. ניגער, טאָג־מ.־זשורנאַל, 15 מאַי, 1955; ד״ר אַ. מוקדוני, צוקונפט, נ״י, מערץ, 1955; י. באָטאָשאַנסקי, יאָרבוך תשט״ו, ב״א, 243–247; ב. קוטשער, געװען אַמאָל װאַרשע, פּאַריז, 1955, זוכצעטל; ש. טענענבױם, קענעדער אָדלער, מאָנטרעאַל, 11 אױג., 1945.
