געב. אין טריסק, פּױליש װאָלין. ברודער פון די ײדישע דיכטער לײב און מאַטיס אָליצקי. געלערנט אין חדר און אין אַ העברעאישער שול. צו 10 יאָר פאַרלאָרן דעם פאָטער. דערצױגן בײ אַ פעטער אין שטעטל ראַטנע. געװען לערער פון ײדישע שולן אין װאָלין. געהאַט אַ שװער לעבן — פון אַן אַרבעטסלאָזן ביז אַ באַנקראָטירטן סוחר. 1934–1938 געװאױנט אין װאַרשע און אין לאָדזש. אין 1939 — אין סאָװעטישער גראָדנע. צוליב פּאַספּאָרט־שװעריקײטן געצװאונגען געװען צו װאױנען אין שטעטל ליאַכאָװיץ, לעבן באַראַנאָװיטש. דעביוטירט מיט לידער אין ליטעראַרישע בלעטער פון 1925. געדרוקט אױך אין װאַרשעווער שריפטן, נײװעלט, װאַרשע. װי אױך אין סאָװעטיש־ײדישע אױסגאַבעס. אין בוכפאָרם: מײן בלוט איז אױסגעמישט — לידער און געזאַנגען, נ״י, 1951, 160 ז׳, רעדאַקטירט פון זײן ברודער לײב אָליצקי (אין בוך קומען אַרײן אױך זכרונות און אָפּשאַצונגען פון ל. אָליצקי, ז. װײנפּער, נ. מײזיל). אָ׳ איז אײנער פון דער פּלעיאַרדע יונגע ײדישע ליריקער, װאָס האָבן זיך באַװיזן איז פּױלן צװישן בײדע װעלט־מלחמות. צום לעצטן מאָל האָט מען אָ׳־ן געזען אין שטעטל ליאַכאָװיץ. אומגעבראַכט דורך די נאַציס.
ב העלער, אַנטאָלאָגיע פון אומגעקומענע דיכטער, װאַרשע, 1951; ל. אָליצקי, ײדישע קולטור, נ״י, מערץ, 1953: ײדישע שריפטן, װאַרשע, 1951, נומ. 1 (57); לערער־יזכורבוך. נ״י, 1954, 15–16.
