סאָװעטישר ײדישער לינגװיסט, שריפטשטעלער און איבערזעצער. ביאָגראַפישע ידיעות פעלן. זײנע װערק זײנען: הגדה פאַר גלױבער און אפּיקורסים. צװײ אױפלאַגעס, מאָסקװע, 1927, 24 ז׳; פ.ס.ס.ר. (אַ שמועס אין װאַנאָן, צום לײענען אין קלוב און אין דער הײם), מאָסקװע, אָן דרוק־יאָר, 64 ז׳; אַנטי־רעליגיעזער לערנבוך, מאָסקװע, 1929, 232 ז׳; אַ צװײטע, „פאַרבעסערטע און דערגאַנצטע“, אױפלאַגע פון זעלבן בוך איז דערשינען אין מאָסקװע, 1932, 252 ז׳. אין 1948 איז דערשינען זײן בוך גוף און נשמה. אין 1934 האָט ער מיטגעאַרבעט אין מאָסקװער עטעס און אין אַפן שפּראַכפראָנט. זמ״ב, קיעװ — אין 1935. פון לענינס װערק האָט ער איבערגעזעצט ערשטע רעװאָלוציע, 1טער טײל, 302 ז׳, 2טער טײל, 314 ז׳, מאָסקװע, 1925 און 1927, און צװײ טאַקטיקעס פון דער סאָציאַל־דעמאָקראַטיע אין דער דעמאָקראטישע רעװאַלוציע, מאָסקװע, 1940, 134 ז׳. זײן גורל איז אומבאַקאַנט.
ש. דימאַנטשטײן, פאָרװאָרט צו אַ׳־ס אַנטירעליגיעזער לערנבוך; נ. רובינשטײן, „די ביכער־פּראָדוקציע אױף ײדיש אין סאָװ. פאַרב. אין 1932“, אַפן װיסנשאַפטלעכן פראָנט, מינסק, 1933.
