געב. אין װילנע, אין אַ מיוחסדיקער פאַמיליע. דער זײדע געװען דער סמאָרגאָנער רב (גערופן „דער בראָדער גאון“) און דער פעטער, בצלאל־מרדכי אַלטשולער, — אײנער פון די אָנגעזעענסטע װילנער כלל־טוער. א׳ האָט געלערנט אין די בעסטע חדרים און די מומע חנה (בצלאל־מרדכיס פרױ) האָט מיט אים געלערנט װעלטלעכע למודים. שפּעטער זיך באַקענט מיט דער יונגער ײדישער פּאָעזיע, באַזונדערס מיט די לידער פון לײב נײדוס. אָנגעהױבן שרײבן זײער פרי (לידער, פּאָעמעס און דראַמאַטישע בילדער אין פערזן), אָבער געדרוקט האָט ער װײניק. אין 1923 פאַרענדיקט די
דראַמאַטישע סטודיע בײ דער ײדישער קונסט־געזעלשאַפט אין װילנע און אױפגעטראָטן אין די בעסטע פּיעסעס פון דעמאָלטיקן ײדישן טעאַטער־רעפּערטואַר. אָנגעשריבען די פּיעסעס: „אסאדא“, „הורדוס און סאלאמעא“, אין װעלכע אױך געשפּילט. אין 1926 האָט ער אױסגעװאַנדערט קײן אַמעריקע און זיך באַזעצט אין סט. פּאָול, מינעסאָטאַ. בשעת זײן באַזוך אין װילנע, אין 1928, האָט ער אַרױסגעגעבן זײן ערשט בוך לידער: ערשטע בליטן, מיט אַ פאָרװאָרט פון א. י. גאָלדשמידט, װילנע־אַמעריקע, 1928, 80 ז׳. זײן צװײט בוך לידער, פון יוני־נעכט, ליריק פאַר מוזיק, אַמעריקע־װילנע, 18 ז׳, איז אַרױס אין 1931. זײנע קינדער־לידער זײנען געװען געדרוקט אין די גרינינקע בײמעלעך, װילנע, 1929, 1931.
