געב. אין מאַלאַטיטשי, װײסרוסלאַנד, בײ אַ פאָטער אַ רב. געלערנט אין ישיבות, געװען שוחט אין אָסטראָגאָזשסק (װאָראָניעזשער געגנט). 1912 אױסגעװאַנדערט קײן אַרגענטינע, געװאָרן ײדיש־העברעאישער לערער אין די יק״א שולן, שפּעטער — דירעקטאָר פון אַ תלמוד תורה. פאַרענדיקט קאָנסערװאַטאָריע און איבער 20 יאָר געװען אַ חזן. אײנער פון די גרינדער פון ועד החינוך בײ דער ײדישער קהלה אין ב. אײרעס. 1914 געדרוקט די ערשטע דערצײלונג אין די אידישע צײטונג (דאָרטן). געדרוקט אױך אָפּהאַנדלונגען װעגן פּעדאַגאָגישע פראַגעס. איבערגעזעצט: שולמית, פון א. קופּרין, דער קורצער פרײטאָג. פון ח. נ. ביאַליק, דער סאָלדאַט שװײק, פון יאַראָסלאַװ האַשעק, און פאַרשײדענע װערק פון די העבר. שרײבער: אשר באראש, יעקב כהן, ש. י. עננון. זיך געדרוקט אין זשורנאַל פּנימער און פּנימלעך, די ײדישע װעלט, ראַזאַריער װאָכנבלאַט און אין פּעדאַגאָגישן זשורנאַל די טריבונע. אין בוכפאָרם: דערצײלונגען פּון ײדישן לעבן אין אַרגענטינע. אױסגאַבע „ביכלעך פאַר יעדן“, ב. אײרעס, 1919. מיטרעדאַקטירט העברעאישע מאָנאַטשריפט הבימה העברית און מיטגעאַרבעט אין דער מאָנאַטשריפט עתידנו. פּסעװדאָנים: אברהם סיניצקין. ז. רײזען, לעקסיקאָן. ב 1.
Leksikon fun der Nayer Yidisher Literatur
לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור
How to Build Your Search:
A. In the below “Advanced Search,” use the drop down parameters under "Scope" - ALL words, ANY words, or EXACT word/phrase. Build the parameters row by row.
OR
B. To define your search using the basic one-line search, in the above textbox:
- Use a plus to REQUIRE the word:
+music +theory << must contain the words music and the word theory - Use quotes for a phrase:
song "music theory" << anything with song or phrase "music theory"
or "levin" < exact match, not levine - Use + and quotes to require the phrase:
+"music theory" << must include phrase - Use a minus to EXCLUDE:
+music -theory << must include music, but not theory
See up-to-date entry for: Altshuler, Yitskhok
אַלטשולער, יצחק
5 אָקט., 1888 –
click here to zoom
Thanks to those who OCR'ed, collated, codified and/or proofread this Yiddish text including:
Further Research & Updates: Mark H., Metadata &/or OCR Proofreading: Rochelle, Metadata &/or OCR Proofreading: Shoshke-Rayzl