סאָװעטיש־ ײדישער שרײבער. מחבר פון די ביכער: דאָס צילברעט לאַכט, דערצײלונגען, מאָסקװע־כאַרקאָװ־מינסק, 1931, 64 ז׳; דערצײלונגען, קיעװ, 1936, 82 ז׳; אַנטי־רעליגיעזע קינסטלערישע זאַמלונג. צונױפגעשטעלט צוזאַמען מיט כאַצקל נאָדעל, דאָרט, 1939, 303 ז׳; ט. ג. שעוטשענקאָ, ביאָגראַפישע פאַרצײכענונג. דאָרט, 1939, 70 ז׳; יוגנט, ראָמאַן, דאָרט, 1941, 207 ז׳. בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה איז אַ׳ געװען קאָמאַנדיר פון אַ ראָטע אין דער רױטער אַרמײ און איז געפאַלן אױפן שלאַכטפעלד בײ טאַרנאָפּאָל, מזרח־גאַליציע.
ד. רומאַנאָװע, „פּ. אַלטמאַנס פּאָזיציעס“, שטערן, קיעװ, אױג., 1933; „אין קאַבינעט פאַר ײדישער קולטור“, אײניקײט, מאָסקװע, 15 יולי, 1942; „אין דער ײדישער און העברעאישער ליטעראַטור“ (כראָניק), צוקונפט, נ״י, אױג., 1943.
