שטאַמט פון נאָװאָגרודעק, פּױלן. געלערנט אין גימנאַזיע און הױכשולן. אין די יאָרן 1934–1939 אין װאַרשע, געאַרבעט װי אַ לערער פון צײכענען און האַנטאַרבעט אין די „צישאָ“־שולן. האָט אָרגאַניזירט שול־אױסשטעלונגען, האָט געשריבן אַרטיקלען װעגן לערער־ און שול־פּראַקטיק. געדרוקט אין שול־װעגן, װאַרשע, 1934 (4–5), 1935 (6–7), 1937 (1–2). בעתן מלחמה־אױסבראָך אין 1939 געװען אין נאָװאָגרודעק. גורל — אומבאַקאַנט.
לערער־יזכור־בוך, נ״י, 1954, ז׳ 15.
