פּסעװדאָנים פון משה־יוסף נאָװאָמיסקי. געב. אין
אַ דאָרף פון געװ. קיעװער געגנט, אומאַנער קרײז.
זײן פאָטער, אַ ײד אַ למדן, אָבער שױן געכאַפּט אין
השכלה, האָט דערצױגן זײן זון אױף תנ״ך און גמרא,
האָט אים, אָבער, ניט געשטערט צו לערנען רוסיש און
געגעבן אַ צוטריט צו העברעאישע השכלה־ביכער און
אַפילו צו דער ײדישער ליטעראַטור. צו 15 יאָר האָט
ער פאַרלאָזט זײן הײם אין װאַלד און געקנעלט אַ פּאָר
יאָר אין דערפער בײ ישובניקעס. שפּעטער זיך באַזעצט אין ראָגאַטשאָװ (װאָלין), װאו ער האָט געגעבן
„שטונדן“ און גלײכצײטיק זיך געגרײט אָפּצוגעבן
עקזאַמען אױף אַ קורס פון גימנאַזיע. 1900 קומט ער
אָן אױפן יורידישן פאַקולטעט פון קיעװער אוניװערסיטעט און װערט באַלד אַרײנגעצױגן אין דער רעװאָלוציאָנערער באַװעגונג. יאַנואַר 1901 גיט מען אים
אָפּ, צוזאַמען מיט אַ פּאָר הונדערט אַנדערע סטודענטן,
אין סאָלדאַטן פאַרן אנטײל נעמען אין אוניװערסיטעט־אומרוען. אױגוסט 1901 װערט ער אַמנעסטירט, באַלד
נאָך דעם קלײבט מען אים אױס פאַרן פאָרזיצער
פונעם סטודענטישן צענטראַל־קאָמיטעט. ער איז דאַן
אױך מיטגליד פון דער ײדישער רעװאָלוציאָנערער
סטודענטן־גרופּע פרײהײט. פון דער גרופּע װאַקסט
שפּעטער אַרױס די קיעװער אָרג. פון „בונד“. 1904
פאַרלאָזט ער דעם אוניװערסיטעט, קומט קײן װילנע,
װאו ער איז אַ מיטגליד פון װילנער קאָמיטעט פון
„בונד“. מאַי 1904 װערט ער אַרעסטירט, אָבער באַלד באַפרײט אױף ערבות. פאָרט אַריבער קײן דװינסק,
װאו עס איז דער זיצפּלאַץ פון צ״ק פון „בונד“.
ער באַטײליקט זיך אין דער רעדאַקציע פון דער
אַרבעטער־שטימע. שרײבט אַ סך פון די פּראָקלאַמאַציעס, װאָס דער צ״ק האָט אין 1905 אַרױסגעגעבן,
און אַנדערע מינים אומלעגאַלע אַגיטאַציע־ליטעראַטור.
1906 װערט ער מיטאַרבעטער פון דער לעגאַלער װילנער בונדישער צײטונג װעקער (שפּעטער פאָלעס־צײטונג). װאו ער שרײבט װעגן ליטעראַטור (א״פּ יוסף),
װי אױך דערצײלונגען און בילדער פון רעװאָלוציאָנערן לעבן. שפּעטער װערט ער ליטעראַרישער רעדאַקטאָר פון דער צײטונג. סוף 1906 פאַרלאָזט ער רוסלאַנד, שטודירט (1907) אין הײדעלבערג סאָציאַלע
װיסנשאַפטן און פילאָסאָפיע. באַטײליקט זיך גלײכצײטיק אין פאַרשײדענע בונדישע זמ״ב. 1909 קומט
ער צוריק קײן רוסלאַנד, האַלט לעקציעס אין װילנע
פאַר אַרבעטער־אָרגאַניזאַציעס און אין דער אָװנט־שול, שטעלט צונױף די ערשטע מאָדערנע ליטעראַרישע
כרעסטאָמאַטיע דאָס ײדישע װאָרט, דעם זעלבן יאָר
גיט ער אַרױס אַ זאַמלונג בעלעטריסטישע זאַכן א״נ
װען דאָס לעבן רופט, דאָס בוך װערט קאָנפיסקירט
פון דער צאַרישער מאַכט. אָנהײב 1913 באַזעצט ער
זיך אין װין, װאו ער רעדאַקטירט, אין אײנעם מיט
אַנדערע חברים, די בונדישע װאָכנשריפט די צײט,
װאָס גײט אַרױס אין פּעטערבורג. גלײכצײטיק אַרבעט
ער איבער זײן דיסערטאַציע דער אױפקום פון מאַרקסיזם אין רוסלאַנד. געטראָפן פון דער ערשטער װעלט־מלחמה אין דײטשלאַנד און ניט קענענדיק זיך אומקערן צוליב דער מלחמה קײן רוסלאַנד, פאָרט אָ׳
אַװעק קײן אַמעריקע, װאו ער װערט אַ מיטאַרבעטער
פון פאָרװערטס, װאָס ער איז געװען זײן קאָרעספּאָנדענט זינט 1907. גלײכצײטיק איז ער ממשיך זײן
מיטאַרבעטערשאַפט אין צוקונפט. 1915 — מיטרעדאַקטאָר פון די נײע װעלט, אָרגאַן פון דער סאָציאַליסטישער פעדעראַציע. 1918 באַקומט ער אין קאָלאָמביאַ
אוניװערסיטעט דעם טיטול ד״ר פילאָסאָפיע פאַר דער
אַרבעט „עי גאַיד טו ראַשען ליטעראַטשור“ (זען ביבל.).
1919 װערט ער באַשטימט פאַר אַ לעקטאָר פון רוסישער געשיכטע אין „ניו סקול פאָר סאָושעל ריסױרטש“.
1920 מאַכט ער אַ רײזע איבער דײטשלאַנד, פראַנקרײך און סאָװעט־רוסלאַנד. פרילינג 1921 קומט ער
צוריק און פאַרעפנטלעכט אַ סעריע אַרטיקלען אין
פאָרװערטס װעגן רוסלאַנד. נאָך דער שפּאַלטונג איז
דער סאָציאַליסטישער פעדעראַציע (סעפּט., 1921)
װערט אָ׳ אַ מיטגליד אין דער װאָירקערס פּאַרטי. איז
גיכן װערט ער אײנער פון די אָנגעזעענסטע טוערס
אין דעם ײדישן טײל פון דער פּאַרטײ און, אין אײנעם
מיט ש. עפּשטײן, רעדאַקטאָר פון דער פרײהײט. שפּעטער מאָרגרפרײהײט, װאָס האָט אָנגעהױבן צו דערשײנען דעם 2טן אַפּריל, 1922. ער שרײבט דעם קאָנספּעקט פאַר דער צײטונג און דעם ערשטן לײטאַרטיקל.
מערץ 1926 װערט ער רעדאַקטאָר פון חודש־זש. דער
האַמער, אַ צאָל יאָרן איז ער געװען אױך רעדאַקטאָר פון
דער טריבונע, אָרגאַן פון אינטערנאַציאָנאַלן אַרבעטער אָרדען, אױך מיטרעדאַקטאָר פון ניו מעסעס, מיטאַרבעטער פון ט״צ דעילי װאָירקער. זש. קאָמוניסט. זינט
1932 — נ״י קאָרעספּאָנדענט פון מאָסקװער פּראַװדא.
ער איז געװען אױך פון די גרינדער פון פּראָלעטפּען
(1929) און אױטאָר פון זײן פּראָגראַם, אױך מיטגרינדער פון איקוף (1937) און מיטרעדאַקטאָר פון
זײן זש. ײדישע קולטור. צװישן זײנע באַקאַנטסטע
פּסעװדאָנימען, אַ חוץ מ. אָלגין, אױך: דער אײביק
יונגער, יוסף נײמאַן, אָט־אָ, א. גלין. געשריבן אַ צאָל
לידער, װאָס זײנען אַרײנגענומען געװאָרן אין ד. קורלאַנדס אַנטאָלאָגיע פון דער הײנטצײטיקער פּראָלעטאַרישער דיכטונג אין אַמעריקע (מינסק, 1933).
אַ חוץ אײגענע און איבערגעזעצטע ביכער האָט ער
אָנגעשריבן אַן ערך 50 בראָשורן און זעקס טױזנט
אַרטיקלען און עסײען. ער איז געװען אַ פּאָפּולערער
רעדנער און געפירט עפנטלעכע דעבאַטעס מיט די
אָנגעזעענסטע שרײבערס און געזעלשאַפטלעכע טוערס.
לאַנגע יאָרן געפירט קורסן אין לערער־סעמינאַר, אַרבעטער־רינג־לערער־קורסן, בראָנקסער פאָלעס־אוניװערסיטעט, אַרבעטער־אוניװערסיטעט, פּאַרטײ־שולן,
יוניאָן־שולן און אַלערלײ אַרבעטער־שולן, װאו ער
איז אָפט געװען אױך אַ לערער פון ײדיש (קאָמפּאָזיציע) און ײדישער ליטעראַטור. אַ צאָל לינקע אַרבעטער־קלובן, קינדער־שולן, ביבליאָטעקן, צװײגן פון
פראַטערנאַלע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע און אַנדערע לענדער טראָגן זײן נאָמען.
אין בוכפאָרם : װען דאָס לעבן רופט, נאָװעלעס און בילדער, װאַרשע־נ״י 1911, 203 ז׳ (איבערגעדרוקט אין 1918 א״נ װען קײטן קלינגען); דאָס ײדישע װאָרט. „אַ ליטעראַרישע כרעסטאָמאַטע צום לעזן איז די עלטערע גרופּן פון אָװנט־שולן“, רעדאַקטירט און אַרױסגעגעבן דורך אַ גרופּע לערער, װילנע, 1919 (5 אױפלאַגעס); אין דער װעלט פון געזאַנגען, װעגן פּאָעזיע און פּאָעטן, נ״י, 1919, 311 ז׳; מײן שטעטל אין אוקראַינע, דאָרט, 1921, 80 ז׳; די נשמה פון דער רוסישער רעװאָלוציע. ײדיש: מ. אָשעראָװיטש, דאָרט, 1921, 2 בענד; פון מײן טאָג־בוך. געשטאַלטן און סצענעס, דאָרט, 1926, 399 ז׳; האַװרילע און יואל, דערצײלונג, דאָרט, 1927, 282 ז׳; איר פאַרברעכן, דראַמע, אױפגעפירט געװאָרן אין נ״י אין מ. שװאַרצס קונסט־טעאַטער אין 1927 (אָ׳ האָט אױך איבערגעזעצט אַ צאָל דראַמעס פון רוסיש אין ענגליש); צען רױטע יאָר, צום יובילײ פון דער באָלשעװיסטישער אין רוסלאַנד, דאָרט, 1927, 96 ז׳ קאַמוניזם — צוליב װאָס און פאַר װעמען? דאָרט, 1934, 96 ז׳; טראָצקיזם: טעאָריע און פּראַקטיק. דאָרט, 1937, 233 ז׳; צעבראָכענע גראַטעס, דאָרט, 1937, 234 ז׳; פאָלק און קולטור, אַרטיקלען און רעדעס, דאָרט, 1939, 96 ז׳; 1905. אַרטיקלען, דאָרט, 1940, 224 ז׳; אַמעריקע, דאָרט, 1941, 238 ז׳; סאָװעטן־פאַרבאַנד, דאָרט, 1944, 275 ז׳; קולטור און פאָלק, אָפּהאַנדלונגען און עסײען װענן קולטור און װעגן שרײבער, דאָרט, 1949. צװישן אַ סך אַנדערע זאַכן האָט ער איבערגעזעצט: סעמיאָן יושקעװיטש, דער הונגער, אַ דראַמע אין 4 אַקטן, װאַרשע 1906, 111 ז׳; אַנדרײ ניעמאָיעװסקי, פרײהײטס־קעמפער, װילנע, 1907, 23 ז׳; עליזאַ אָזשעשקאָ, געקליבענע שריפטן (מיט אױספירלעכן אַרײנפיר פון אָ׳ און בעל־מחשבות), װילנע, 1910, 189 ז׳; לעאָניד אַנדרײעװ, קעניג הונגער. 5 בילדער מיט אַ פּראָלאָג, נ״י, 1911, 118 ז׳; דער געדאַנק און דערצײלונג װעגן זיבן געהאַנגענע; דזשעק לאָנדאָן, די שטימע פון בלוט (מיט אַרײנפירן פון אָ׳ און הלל ראָגאָף), נ״י, 1919, 196 ז׳; דזשאַן ריד, צען טעג, װאָס האָבן אױפגערודערט די װעלט, 1920; אַדעלהײד פּאָפּ, די יוגנט־געשיכטע פון אַן אַרבעטערין, שיקאַגאָ, 102 ז׳; האָט איבערגעזעצט פון רוסיש אױף ענגליש 8 בענד פון לענינס װערק פאַרן פ״ג „אינטערנעישאָנעל פּאַבלישערס“, נ״י; פון דײטש אױף ענגליש— פרידריך ענגעלס, דער פּױערים־קריג אין דײטשלאַנד, פ״ג „אינטערנעישאָנעל פּאַבלישערס“. אין בוכפאָרם אױף ענגליש:
The Soul of The Russian Revolution, by Moissaye J. Olgin, Henry Holt & Co., 1917; A Guide to Russian Literature, Harcourt, Brace & Howe, N.Y., 1920, 323 pp.; Maxim Gorky, Writer and Revolutionist, International Publishers, N.Y., 1933, 64 pp.; Trotskyism: counterrevolution in disguise, Workers Library Publishers, N.Y., 1935, 160 ז׳, און אַנדערע.
צום אָנדענק פון מ. אָלגיז. נ״י, 1939, 32 ז׳; מ. אָלגין־אַלבום, דאָרט, 1941, 48 ז׳; ערשטער אַלװעלטלעכער ײדישער קולטור־קאָנגרעס (באַריכט), ז׳ז 30–32, 105–130, 201, 285, 290, 300–305, 362; אַבראַמאָװיטש, ר., אין צװײ רעװאָלוציעס. ב. 1, נ״י, 1944, ז״ז 198–200, 220; ב. 2, ז״ז 348, 349; י. ש. הערץ, די ײדישע סאָציאַליסטישע באַװענונג אין אַמעריקע, דאָרט, 1954 (זוכצעטל); ד. טשאַרני, אַ יאָרצענדליק אַזאַ, דאָרט, 1943, ז״ז 291–293; נ. כאַנין, „אַ בריװ צו מ. אָלגין“, דער װעקער, דאָרט, 1 נאָװ., 1939; גינאַ מעדעם, אַ לעבנסװעג. דאָרט, 1950, ז״ז 185, 213, 215, 216; ק. מרמר, „דער יוגנטלעכער אָלגין“, ײדישע קולטור, דאָרט, יאַנ., 1940; מ. נאַדיר, „די װאָס בלײבן מיט דער פרײהײט“, האָפענונג, דאָרט, דעצ., 1939; ש. ניגער, „מ. אָלגין — דער שרײבער“, ליטעראַרישע בלעטער, װאַרשע, 11 נאָװ., 1937; „אַרבעטער־ליטעראַטור און אַרבעטער־קריטיק“, טאָג, נ״י, 28 אױג., 1932; „בריװ װעגן דער אַלטער און דער נײער ײדישער ליטעראַטור“, צוקונפט, דאָרט, יאַנ., 1938; „אונזער לעבן און אונזער ליטעראַטור“, צוקונפט, דאָרט, יאַנ., 1939; „מ. אָלגין און דאָס ײדישע װאָרט“, טאָג, דאָרט, 17 דעצ., 1939; אַ. פּאָמעראַנץ, פּראָלעטפּען, קיעװ, 1935, ז״ז 35, –62–65, 72, 194–196; צעריסענע קײטן, נ״י, 1943, ז״ז 90–94; ה. פראַנק, מ. אָלגין — א. ש. זאַקס: קעמפער פאַר פאָלקט־אױפלעבונג, דאָרט, 1945 (זוכצעטל); ל. פײנבערג, מײן לעצטע באַגעגעניש מיט אָלגינען, האָפענונג, דאָרט, אַפּריל, 1940; מ. קאַץ, „ליטעראַטורנאַיאַ ענציקלאָפּעדיאַ“, מאָסקװע, 1934, ז״ז 286–287; ז. רײזען, לעקסיקאָן, ב. 1; ײװאָ־בלעטער, 35, ז״ז 199–221.
א. פ.
