געב. אין בערשאַד, פּאָדאָליער גוב. ביז 14 יאָר געלערנט אין חדרים און אַלערלײ אַנדערע שול־אַנשטאַלטן, דערנאָך אַװעקגעפאָרן קײן אָדעס און דאָרטן געאַרבעט אין פאַרשײדענע װאַרשטאַטן. נאָך דער רעװאָלוציע געװען אַ דערציער אין קינדער־אַנשטאַלטן. שפּעטער געאַרבעט אױף אַ דניעפּראָפּעטראָװסקער זאַװאָד, אַרײנגעטראָטן אין דער פאַבריק־שול (אַרבפאַק), דערנאָך געענדיקט אַ הױכשול פון באַרג־אינזשיניערן. 1926 אָנגעהױבן דרוקן פּראָזע־װערק װעגן דער אױפריכטונג פון רואינירטע פאַבריקן און װעגן דער שטעטלדיקער ײדישער יוגנט, װאָס האָט אַרױסגעגעבן פון זיך קװאַליפיצירטע קױלנגרעבער. אַ׳ האָט אין דער סאָװעטישער ליטעראַטור אַרײנגעבראַכט דעם ײדישן אַרבעטער פון גרונט־אינדוסטריעס. 1928 איז ער געפאָרן קײן ביראָבידזשאַן, װאו ער האָט פאַרבראַכט אַ לענגערע צײט און דערנאָך אָנגעשריבן זײן בוך װעגן ביראָבידזשאַן. ער איז אָפט אױך אַרױסגעטראָטן װי אַ פּובליציסט און אַ רעפּאָרטער, באַזונדערס אין מלחמה־צײט. אין בוכפאָרם: ,ביראָבידזשאַן, װעג־אײנדרוקן, כאַרקאָװ, 1929, 245 ז׳; שאַכטעס, מאָסקװע, 1931, 692 ז׳; שאַכטע ביס. „באַאַרבעט פאַר שול און װײניק־איװרעדיקע“, מינסק, 1932, 66 ז׳; ניט אױסגעטראַכט, צען פאַרצײכענונגען, מאָסקװע, 195 ז׳.
ש. ניגער, צוקונפט, נ״י, אַפּריל, 1930, ז״ז 288–290; א. װאָראָבײטשיק, פּראָליט, כאַרקאָװ, סעפּט.־אָקט., 1931; מיזשיריצקי און בריאַנסקי, לערנבוך און כרעסטאָמאַטיע פון ליטעראַטור. כאַרקאָװ־קיעװ, 1933; ס. זשוקאָװסקי, פּרואװן, כאַרקאָװ, 1934, ז״ז 25–92; מ. קאַדישעװיטש, װיסנשאַפט און רעװאָלוציע, אַפּריל־יוני, קיעװ, 1935; דאָברושין, פאָרפּאָסט, נ. 1, ביראָבידזשאַן, 1936; ח. לױצקער, אַפו שפּראַכפראָנט, נ. 1, קיעװ, 1937; אַלעקסאַנדער פּאָמעראַנץ, אינזשיניערו פון נשמות, נ״י, 1944; „מאיר אַלבערטאָן“ (נעקראָלאָג), אײניקײט, מאָסקװע, 25 נאַװ., 1947; ט. גען, אײניקײט, דאָרט, 23 מערץ, 1948.
