געב. אין יעזשערני, מזרח־גאַליציע, זון פון שריפטשטעלער שמריהו אימבער און פּלימעניק פון נפתלי־הערץ אימבער, דעם בעל התקוה. באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע דערציאונג. באַזוכט די גימנאַזיעס איז זלאָטשעװ און טאַרנאָפּאָל, שטודירט אױפן פילאָסאָפישן פאַקולטעט פון לעמבערגער אוניװערסיטעט. 1912 באַזוכט ארץ ישראל, 1915 געדינט אין דער עסטרײכישער אַרמײ. 1918, נאָכן פּאָגראָם אין לעמבערג, אַװעק קײן װין, דאָרט זיך פאַרנומען מיט שרײבערישע און פאַרלעגערישע טעטיקײטן. 1921 געװען אין אַמעריקע, װאו ער האָט, מיט אַ קלײנעם איבעררײס, פאַרבראַכט פינף יאָר. געקומען צוריק קײן פּױלן, געװאױנט אין לעמבערג און קראָקע, װאו ער האָט אין 1935 באַקומען זײן דאָקטאָר־טיטול. מיטגעאַרבעט אין דן ײדישער און פּױליש־ײדישער פּרעסע. דעביוטירט אין 1905 מיט אַ ליד אין לײבל טױבישס טשערנאָװיצער װאָכנבלאַט. 1907 געדרוקט אַ צאָל לידער אין פּױליש א״פּ יאַן ניעמיאַראַ. געדרוקט לידער אין אַ. רײזענס קונסט און לעבן, אידישער קעמפער, נ״י, דאָס נײע לעבן, פרײנד, די יודישע װעלט, אַרטיקלען אױף ליטעראַרישע טעמעס איז: מאָטענט און הײנט — װאַרשע, טאָגבלאַט און כװיליאַ — לעמבערג, א״אַ.
אין בוכפאָרם: װאָס איך זינג און זאָג, לידער, לעמבערג, 1909, 62 ז׳; אסתרקע, פּאָעמע, סטאַניסלאַװאָװ, 1911, 60 ז׳ (דרײ אױפלאַגעס); אין יודישען לאַנד, א״י־לידער, לעמבערג, 1912, 45 ז׳ (איבערגעדרוקט א״נ הײס־לידער, 1918); רױזנבלעטער, ליבע־לידער, װילנע, 1914, 239 ז׳; װיקטאָריאַ — אַקאָרדן צו קנוט האַמסונס ראָמאַן, װין, 1920; װאַלד אױס װאַלד אײן, לידער, װין, 1920, 61 ז׳; געקליבענע דיכטונגען, װין (לידער פון די פריער דערמאָנטע ביכער); „פּיעשן אי דושאַ אָסקאַראַ װײלדאַ“, װאַרשע־קראַקאָװ, 1934, 120 ז׳; „אַסי טשיסטעי ראַסי“, ביבליאָטעק ש. אימבער, 1934, 120 ז׳; זאַמלונג „אינטערמאַרמאַ“, זמ״ב ליריק פון גאַליצישע דיכטער, װין־ברין, 1918, 79 ז׳; ליטעראַרישע פלוגשריפטן, 1 העפט, 1921; די געגנװאַרט, נומער 1–8, נ״י, יולי־נאָװ., 1924; מאָדערן ײדיש פּאָעטרי, אַנטאָלאָגיע פון ײדישער דיכטונג אין ענגליש; צװישן װינטמיהלען, פּאָלעמישע צײטשריפט, מערץ־אַפּריל, קראָקע, 1931, 16 ז׳ (אױסגעפילט מיט אײגענע אַרטיקלען); „אָקאָ װ אָקאָ“, חודש־זשורנאַל, אַרױסגעגעבן פון ש. אימבער, 1936, נומ. 1–3, 1937, נומ. 4–8 (בלױז אײגענע שריפטן). איבערגעזעצט אין ײדיש לידער פון הײנריך הײנע און לעסינגס נאַטאַן דער װײזע. זײן באַנד א״י־לידער איז איבערגעזעצט געװאָרן פון דער רוסיש־העברעאישער דיכטערין אַלישבע און דערשינען אין 1916 א״נ „װ יעװרעיסקאָי סטראַנע“. זײנס אַ העברעאיש ליד איז געדרוקט געװאָרן אין י. ח. ברענערס רביבים. א׳ האָט זיך באַטײליקט אין מנחם לאַזאַרס קראָקעװער שבועון העברי. אַ צאָל אַרבעטן אין ײדיש האָט ער פאַרעפנטלעכט א״פּ ש. יאַקאָבי.
א׳ „איז אײנער פון די ערשטע מאָדערנע ײד. דיכטער, װאָס האָבן אַרײנגעפירט די ײדישע פּאָעזיע פון גאַליציע אין דער אַלגעמײנער ײדישער ליטעראַטור“ (רײזען). ער האָט זיך אױך געמאַכט אַ שם מיט זײנע פּױלישע פּובליציסטישע אַרבעטן קעגן אַנטיסעמיטיזם. זײן צײטשריפט „אָקאָ װ אָקאַ״ און זײן פּאָלעמיש בוך „אַסי טשיסטעי ראַסי“ זײנען געװען מוסטערן פון פּובליציסטישער דרײסטקײט און טעמפּעראַמענט. א׳ איז אומגעבראַכט געװאָרן — לױט אײן װערסיע — פון אוקראַינער אין זײן הײמשטעטל יעזשערני, לױט אַ צװײטער װערסיע — אין זלאָטשעװ, גאַליציע, אין 1942.
ז. רײזען, לעקסיקאָן, ב. 1; אברהם רײזען, עפּיזאָדן פװ מײן לעבן, ב. 3; מ. ראַװיטש, מײן לעקסיקאָן, ב. 1; ד״ר י. טענענבױם, גאַליציע, מײן אַלטע הײם; ב. מאַרק, אומנעקומענע ײד. שרײבער פון געטאָס און לאַגערן; ש. ביקל, „ש. י. אימבער און ב. האָראָװיץ“, זאַמלביכער. 7, נ״י, 1948; מ. נײגרעשל, „דער לעצטער דור ײד. פּאָעטן אין גאַליציע״, צוקונפט, נ״י, דעצ., 1950; ד. קעניגסבערג, ליט. בלעטער, 20 מערץ, 1936; י. שלײען, לעצטע נײעס, תל־אביב, 10 יולי, 1953; י. אַשענדאָרף, ײד. קעמפער, נ״י, 24 פעב., 1950; ג. באַדער, מדינה וחכמיה, ז׳ 27.
י. ק.
