ײדישער פאָרנאָמען — װעלװל־דוד. געב. אין שאװעל, קאָװנער גוב., בײ אַ פאָטער אַ שוסטער. געלערנט אין חדר, תלמוד־תורה און „נאָראָדסקאָיע אוטשילישטשע״ (שטאָטישע שול). צו 11 יאָר אָנגעהױבן צו אַרבעטן אין אַ פאַבריק. שפּעטער געװען אַ מיטגליד אין יוגנט־בונד. סוף 1912 געקומען קײן אַמעריקע, געאַרבעט בײם אױסלאָדן פראַכט־װאַגאָנעס, אין אַ שטאָט־גיסערײ, בײ פוטערװאַרג און מער פון אַלץ בײ שנײדערײ. געװען אַקטיװ אין דער אַמאַלגאַמײטעד יוניאָן, אין דער סאָציאַליסטישער פּאַרטײ. אין 1917–1918 אָרגאַניזירט דעם קונסט־רינג (איז אײנעם מיט משה שולװײס און ש. דײקסעל). אין 1918 אָפּגעדרוקט אין אַ ראַדיקאַלער צײטשריפט אַ פעליעטאָן א״פּ פּעטראָניוס. 1920 אָנגעהױבן דרוקן אין קאָמוניסטישן װאָכנבלאַט קאַמף פעליעטאָנען װעגן די מענער־שנײדער אין נ״י און זײערע פירער. 1922 געדרוקט אַרטיקלען װעגן יוניאָן־פראַגעס אין װכ״ב עמעס. 1924–1943 געװען אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פון דער פרײהײט. געדרוקט אַרטיקלען אין נ״י האַמער. מאָסקװער עמעס, כאַרקאָװער שטערן, פּאַריזער פּרעסע. אױך אין אַרגענטינער און קאַנאַדער צײטונגען. פּסעװדאָנימען: סלים װילי, דוד מארבא, רחל װײנער, דוד מאירסאָן, װאָװ־אלעף. אין בוכפאָרם: די ײדישע אַרבעטער־באַװעגונג אין די פאַראײניקטע שטאַטן פון צפון־אַמעריקע, כאַרקאָװ, 1930 (מיט פאָרװאָרט פון שכנא עפּשטײן); אַ פּאַטש (דערצײלונג), נ״י, 1933, 31 ז׳; רעװאָלוציאָנערער דעקלאַמאַטאָר (געזאַמלט און רעדאַקטירט אין אײנעם מיט קלמן מרמר), נ״י, 1933, 329 ז׳; איך נײ און נײ, נ״י, 1936, 223 ז׳; הירש לעקערט, נ״י, 1938, 32 ז׳. האָט רעדאַקטירט (אין אײנעם מיט רעד.־קאָלעגיעס): יוניאָן־סקװער („פּראָלעטפּען״ ־ זמ״ב, נ״י, 1930); סיגנאַל (פּראָלעטפּען ־ זשורנאַל, נ״י, 1933–1938); מיר (אין אײנעם מיט מענקע קאַץ און יעקב סטאָדאָלסקי), נ״י, 1944.
ש. ניגער, טאָג, נ״י, 1926; מ. אָלגין, מאָרגנפרײהײט, 2 מערץ, 1931; האַמער, מערץ־אַפּריל, 1931; ס.־פ., מאַי, 1937; י. ב. בײלין, האַמער, אָקט., 1933; מ.פ., 1936; מ. נאַדיר, מ. פ., 16 מאַי, 1932; מאַרטין בירנבױם, מ. פ., 28 אַפּריל, 1932; אַ. פּאָמעראַנץ, פּראָלעטפּעו, קיעװ, 1935. 193–194; נ. י. גאָטליב, ײדישער קוריער, 26 דעצ., 1937.
