געב. אין זשעטל, גראָדנער געגנט, פּױלן. געלערנט איז חדר און אין אַ רוסישער מלוכה־שול. 1910 פּריװאַט־לערער אין סלאָנים. 1911 קאָרעקטאָר פון אַ רוסישן פאַרלאַג אין װאַרשע. 1912 אין אָדעס. בעתן מלחמה־אױסבראָך אין 1914 מאָביליזירט געװאָרן אין דער רוסישער אַרמײ. געװען אַכט חדשים אױפן פראָנט, דאַן גענומען געװאָרן אין עסטרײכישער געפאַנגענשאַפט אין די לאַגערן פון קראָאַציע. סוף 1918 צוריק אין זשעטל. 1921 אין װילנע. מיטאַרבעטער פון װילנער טאָג. גלײכצײטיק געלערנט זיך פאַר אַ צאָן־טעכניקער. סוף 1923 האָט דער װילנער ײדישער ליטעראַטן־פאַראײן אַרױסגעגעבן א׳־ס בוך װען די װעגן קרײצן זיך (טאָג־בוך פון אַ ײדישן קריגס־געפאַנגענעם), 77 ז׳, מיט אַ הקדמה פון משה שאַליט (1924 — אַ צװײטע אױפלאַגע). אין דעם בוך װערט געשילדערט אַ שטיק ײדיש לעבן אין די קלײנע שטעטלעך פון אַמאָליקער כאָרװאַטיע, װאָס איז ביז אים קײן מאָל ניט באַשריבן געװאָרן. 1924 אין װאַרשע, װאו ער אַרבעט פאַרן קרן־היסוד. געדרוקט אין דער װאַרשעװער פּרעסע נאָװעלעס, רעצענזיעס װעגן ביכער און כראָניק. גלײכצײטיק געאַרבעט װי אַ ביכער־אַגענט פאַר ײדישע פאַרלאַגן. 1926, א״נ י. אשכנזי, איבערגעזעצט טש. דיקענסעס אָליװער טװיסט, אין 1928 — קנוט האַמסונס די לעצטע פרײד, אױסגעװײלט געװאָרן מיט דער הילף פון „בונד“ פאַרן װיצע־בירגערמײסטער פון שטעטל זשעטל. פאַרעפנטלעכט אין פּנקס פון „יעקאָפּאָ“, װילנע, 1931, אַ מאָנאָגראַפיע פון זשעטל. געװען לערער פון דער זשעטלער „צישאָ״־שול. אומגעבראַכט געװאָרן דורך די נאַציס אין 1943.
א. קאַטיק, טאָג, װילנע, נומ. 120, 1923; ש. גריג, ביבער־װעלט. נומ. 1 ־ 2, װאַרשע, 1924; ל. בלומענפעלד, Les Hommes du Jour, נומ. 18, פּאַריז, 1925; לערער־יזכור־בוך, נ״י, 1954.
