געװאױנט אין קאָװנע, ליטע. אײנער פון דער גרופּע ײדישע דיכטערס און דערצײלערס, װאָס זײנען אױפגעקומען אין ליטע צװישן בײדע מלחמות. געװען רעדאַקטאָר פון װילנער עמעס און דירעקטאָר פון ײדישן מלוכה־טעאַטער אין װילנע אין דער צײט פון דער באָלשעװיסטישער אָקופּאַציע (1941). געדרוקט איז: בריקן (קאָװנע, 1937), בלעטער (קאָװנע, 1938), אונטערװעגס (װילנע, 1940). דערצײלונגען אין בוכפאָרם: זשאַװער (קאָװנע, 1937), דערנער (קאָװנע, 1939, 167 ז׳). יולי, 1941, אַרײנגעפאַלן אין װילנע אין די הענט פון דער נאַצישער געסטאַפּאָ.
ש. קאַטשערגינסקי, צװישן האַמער און סערפּ, פּאַריז, 1949; נ. י. גאָטליב, קענעדער אָרלער, 10 אַפּריל, 1944.
