געב. אין בעלץ, בעסאַראַביע. זײן פאָטער, אליעזר, שו״ב, חב״דער חסיד, האָט זײן יחוס געצױנן פון רש״יס משפּחה, װאָס האָט געשטאַמט פון דער עלזאַסישער שטאָט אױערבאַך. געלערנט אין חדר און צו 14 יאָר אַלגעמײנע לימודים — פּריװאַט. 1908 אָנגעהױבן דרוקן דערצײלונגען אין דער לאָקאַלער רוסישער ט״צ. געדרוקט אױך דערצײלונגען אין העברעאיש אין דער קינדער־ביבליאָטעק פּרחים, װאַרשע. 1909 דעביוטירט מיט ײדישע לידער אין ליפּמאַן לעװינס זאַנגען, װילנע. געדרוקט דערצײלונגען פון בעסאַראַבער ײדישן לעבן אין אָדעסער גוטמאָרגן. 1911 זיך אַװעקגעלאָזט קײן װאַרשע. געדרוקט דערצײלונגען אין אונדזער לעבן. אין אײנעם מיט מ. אלמי אַרױסגעגעבן אַ יום־טוב־בלאַט ניסן און געדרוקט דאָרט זײנע לידער. 1912 אַװעק קײן ארץ ישראל, געאַרבעט אין פאַרשײדענע קאָלאָניעס אין יהודה. עטלעכע חדשים נאָכן אױסבראָך פון דער ערשטער װעלט־מלחמה איז ער, צוזאַמען מיט אַנדערע רוסישע אונטערטאַנען, עװאַקואירט געװאָרן קײן אַלעקסאַנדריע, מצרים, װאו ער האָט זיך אָנגעשלאָסן אָן ײדישן לעגיאָן. נאָך עטלעכע חדשים אױף די קריגס־פּאָזיציעס בײ גאַליפּאָלי איז ער, מחמת קראַנקײט, געשיקט געװאָרן צוריק קײן אַלעקסאַנדריע און דעמאָביליזירט געװאָרן. יולי 1915 האָט ער עמיגרירט קײן אַמעריקע. מיטגעאַרבעט אין: טאגעבלאַט, װאַרהײט, דאָס ײדישע פאָלק, הײנט, ליטעראַטור און לעבן, די יונגע, צוקונפט, פון מענטש צו מענטש, אינדזל, אױפקום, די װאָך, ײדיש, ײדישער קעמפער, אָפּאַטאָשו־לײװיק־זמ״ב, די צײט, מ.־זשורנאַל א״אַ —נ״י.
אין בוכפאָרם: אױפן שװעל, לידער, נ״י, 1915, 158 ז׳; קאַראַװאַנען, א״י־לידער, נ״י, 1918, 160 ז׳; פאַר גרױס און קלײן ,ביבלישע דערצײלונגען, נ״י, 1921, 256 ז׳; דער רױטער פאָדים, נ״י, 1927, 166 ז; אדאס לידער־בוך, נ״י, 1934, 96 ז׳; דרײ ריזן (קינדער רינג־ביבליאָטעק), נ״י, 1937, 64 ז׳; לױטער איז דער אַלטער קװאַל, לידער, נ״י, 1940, 30 ז׳; יעקבס געצעלטן, לידער, נ״י, 1945, 232 ז׳; װײסשטאָט, פּאָעמע, נ״י, 1952, 40 ז׳; געטראַכט מיט עברי־טײטש, עסײען (פּרעמירט אין 1956 דורכן לײב־האָפער־פאָנד), נ״י, 1955, 224 ז׳. איבערגעזעצט: שולמית און אַנדערע ײדישע דערצײלונגען, פון א. קופּרין, נ״י, 1920, 215 ז׳; צװעלף, פון א. בלאָק, נ״י, 1952. אין תל אביב איז דערשינען א׳־ס שנות ראשית, דערצײלונגען און לידער פון דער צװײטער עליה, דער פּראָזע־טײל איבערגעזעצט פון יוחנן טװערסקי, די לידער פון — אביגדור המאירי. א׳ האָט רעדאַקטירט: אונדזער זשורנאַל (אין אײנעם מיט ב. גלאַזמאַן); מיטרעדאַקטירט די װאָך, ײדיש, דער װינקלשטײן (זמ״ב, אין אײנעם מיט ה. לײװיק). 1941 געקראָגן די לואיס לאַמעד־פּרעמיע פאַרן בוד לױטער איז דער אַלטער קװאל, במשך אַ סך יאָרן געװען לערער אין די ש״ע שולן. איז געװען אײנער פון די גרינדער פון דער „קולטור־געזעלשאַפט“ (1932), פּרעזידענט פון דער „ליגע פאַר רעכט פון ײדיש אין א״י“, איניציאַטאָר פון שאַפן אַ דרוקערײ אין א״י פאַר ײדישע אױסגאַבעס; אַ גרינדער פון ציק״אָ; מיטגעאַרבעט מיטן געװערקשאַפטן־קאַמפּײן און מיט אַנדערע אָרגאַניזאַציעס פונעם אַרבעטער ־ ציוניזם; 1948–1950 און 1954 — פּרעזידענט פון ײדישן פּען־קלוב. װאױנט אין נ״י.
„אױערבאַכס געשטאַלט גײט אױף איבער דעם בעסאַראַבישן פּאַסטאָראַל, איבער דעם פרומען און פאַרהאָרעװעטן ײדישן לעבן, און אױך איבער דער, איצט ,אױפן װינט צעהורבעטער׳ און חרובער הײם, — װי עפּעס אַ לעגענדאַרער אליהו, װאָס אין זײנע אײגענע זעלבסטפּאָרטרעטישע פאַרבן זעט ער אױס װי דער אומעט, װאָס האָט זיך אָנגעטאָן אין זון־שטױב, און עס שײנט פון אים אַ ליכטיקײט, װאָס איז אין כלל פאַרקנױלט, נאָר אַלײן פאַרעלנט“ (ש. ביקל).
ז. רײזען, לעקסיקאָן, ב. 1; י. באָטאָשאַנסקי„ מאַמע־ײדיש, ב. אײרעס, 1949, ז״ז 9, 119, 120; ב. י. ביאַלאָסטאָצקי, לידער און עסײען , נ״י, 1932, ז״ז 79–130; ש. ביקל, דעטאַלן און סך־הבלען. נ״י, 1943, ז׳ 220; ײדישער קעםפער. אָקט., 1952; י. בערלינער, דער װעג, מעקסיקע, 7 יולי, 1951; י. גלאַטשטײן, אין תוך גענומען, נ״י, 1947, ז״ז 176–183; ב. טשובינסקי, צוקונפט, יולי־אױג., 1953; ה. לײװיק, טאָג. 29 נאָװ., 1942; ד״ר א. מוקדוני. מ.־זשורנאַל, 21 נאָװ., 1934, 10 אַפּריל און 9 אָקט., 1935; ש. ניגער, טאָג, 13 יאַנ., 1935; ה. ראָגאָף, צוקונפט, יאַנ., 1919; מ. ראַװיטש, קענעדער אָדלער, 11 מאַי., 1953; ד״ר י. שאַצקי, פאַ״ש, 1 יוני, 1928.
ב. טש.
