געב. אין װאָראָשקי, װאָלין, איז אַ פאַמיליע, װאָס שטאַמט פון ר׳ עקיבא אײגער. דערצױגן אין זשיטאָמיר. בײ זײנע עלטערן אין הױז האָבן פאַרקערט: מענדעלע מוכר ספרים, בינשטאָק, צװײפעל, קולישער. געענדיקט גימנאַזיע אין מאָסקװע, שטודירט פילאָלאָגיע אין קעניגסבערג, טעכנאָלאָגיע — אין בערלין. אָנגעהױבן ליטעראַרישע טעטיקײט מיט אַרטיקלען אין העברעאישע און דײטשע צײטשריפטן. זינט 1903 געדרוקט אַרטיקלען אין פרײנד און שפּעטער מיטגעאַרבעט אין טאָג (פּעטערבורג), דער טעלעגראַף און טעאַטער־װעלט. 1907 נעגרינדעט די טעגלעכע צײטונג לאָדזער נאַבריכטען. שפּעטער געװאָרן רעדאַקטאָר פון לאָדזשער טאַגעבלאַט. פאַרעפנטלעכט היסטאָרישע דערצײלונגען, ראָמאַנען, הומאָרעסקעס, אָנגעשריבן אַ ביאָגראַפישע שטודיע פון ד״ר טשלענאָװ, אױך אַ דראַמע „קאַפּיטאַן דרײפוס“ און רעדאַקטירט פאַרשײדענע זאַמלביכער. 1909 אַרױסגעגעבן לאָדזשער אַדרעס־ביכל. אין דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט זײן צײטונג געהאַט אױסצושטײן רדיפות מצד די דײטשן. שפּעטער האָט ער אָפּגעגעבן אַ סך כוחות דער פיזישער אױפלעבונג פון דער ײדישער יוגנט אין פּױלן. געװען פאָרזיצער פון דער ערשטער ײדישער ספּאָרט־קאָנפערענץ איז לאָדזש (1916); װיצע־פּרעזידענט פון פאַרבאַנד פון די ײדישע ספּאָרט־פאַראײנען אין פּױלן; רעדאַקטאָר פון ײדישן טורנער, צענטראַל־אָרגאַן פון דער ײדישער ספּאָרט־באַװעגונג. ער איז אױך געװען ראַטמאַן פון לאָדזשער שטאָט־ראַט (1916–1919). 1920 באַזוכט אַמעריקע, װאו ער האָט אַ קורצע צײט אַרױסגעגעבן אין שיקאַגאָ אַן אילוסטרירטן זשורנאַל די אידישע ביזנעס־װעלט. מיטגעאַרבעט אױך איז מאָרגן־זשורנאַל. צוריקגעפאָרן קײן פּױלן און ביז דעם אַרײנמאַרש פון היטלערס חײלות װידער אַ מאָל רעדאַקטירט לאָדזשער טאַגעבלאַט. שױן באַלד אין אָנהײב איז ער אַרײנגעפאַלן צו די נאַציס און זײ האָבן אים פאַרפּײניקט. פּסעװדאָנימען: אלמוני, פּלוני־אלמוני, יוד־אלף, י. או א״אַ.
ז. רײזען, לעקסיקאָו. ב 1; ז. זילבערצװײג, טעאַטער־ לעקסיקאָן. ב 1; ד. טשאַרני, צוקונפט. נ״י, יאַנ., 1943.
