געב. אין שאַװעל, קאָװנער גוב., בײ אַ פאָטער אַ שוסטער. געלערנט אין חדר און אין „גאָראָדסקאָיע אוטשילישטשע“ (שטאָט־שול). 1915 געאַרבעט װי אַ בוכהאַלטער אין אַ קאָנפעטן־פאַבריק. געװען אַ מיטגליד פון „בונד“. אין 1917 געזעסן אַ צײט אין מינסקער תפיסה. נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע געװען אײנער פון די הױפּטפירער פון די „בונדיסטן־קאָמוניסטן“, דערנאָך פון דער „ײדישער קאָמוניסטישער פּאַרטײ“ און פון דעם „קאָמוניסטישן פאַרבאַנד פון װײסרוסלאַנד און ליטע“. שפּעטער געװען דער הױפּטפירער פון דער ײד. סעקציע אין װיטעבסק און אומגעגנט. 1920–1922 געװען פאַראַנטװאָרטלעכער רעדאַקטאָר פון דער װיטעבסקער טאָג־צײטונג דער רױטער שטערן, װאו ער האָט אין 1922 אָפּגעדרוקט אַ סעריע אַרטיקלען װעגן דער „געשיכטע פון דעם קאָמוניסטישן פאַרבאַנד פון װײסרוסלאַנד“. שפּעטער האָט ער מיטרעדאַקטירט די צײטונג קאָמוניסטישע פאָן אין קיעװ און געהאָלפן אָרגאַניזירן די „פּראָלעטאַרישע שרײבער“. 1928 איז ער געװען רעדאַקטאָר פון אָדעסער אַרבעטער. מער פון אַלץ איז ער באַרימט געװען װי דער פירער פונעם גרעסטן „ײדישן ראַיאָן“, דעם קאַלינינדאָרפער, און רעדאַקטאָר פון קאָלװירט־עמעס. ער האָט אױך געדרוקט אַרטיקלען אין מאָסקװער עמעס און אין אַנדערע צײטונגען און זשורנאַלן. אין דער „רײניקונג“־בהלה פון 1937–1938 איז ער פאַרשיקט געװאָרן קײן טוגולים, סװערדלאָװסקער ראַיאָן, סיביר. אין 1948, אױפן װעג פון טוגולים קײן קאָװנע און שאַװעל, איז א׳ װידער אַרעסטירט געװאָרן. זינט דעמאָלט האָט מען פון אים מער ניט געהערט. אַ׳ איז אַ ברודער פון דעם שרײבער װיליאַם אײבראַמס. אין בוכפאָרם: זאַלבאַצװײט — די געשיכטע פון ערשטן מאַי (אין אײנעם מיט אַ ליד פון מ. יודאָװין), װיטעבסק, 1921, 18 ז׳; דער משפּט איבערן חדד, װיטעבסק, 1922, 12 ז׳ (די מאַטעריאַלן זײנען צונױפגעזאַמלט, באַאַרבעט און רעדאַקטירט געװאָרן דורך אַ׳ אין אײנעם מיט י. כינטשין, ק. קאַפּלאַן).
אַ. קירזשניץ, די ײדישע פּרעסע אין ראַטנפאַרבנד, מינסק, 1928, ז״ז 65, 183, 316; דאָס ײדישע בוך אין פססר (1917–1921), קיעװ, 1930, ז׳ 126; א. אַבטשוק, עטיודן און מאַטעריאַלן, כאַרקאָװ,934, ז״ז 92, 93, 177, 178; ש. אגורסקי, דער ײדישער אַרבעטער אין רער קאָמ. באַװעגונג, מינסק, 1925, ז״ז 65, 66, 70, 92, 183.
