ביבליאָגראַף, פּובליציסט. אין אָנהײב
1930ער יאָרן געלעבט אין מינסק, געאַרבעט
אין דער צענטראַלער מלוכה־ביבליאָטעק,
צונױפֿגעשטעלט אַ רײ ביבליאָגראַפֿישע
מאַטעריאַלן. זינט דער צװײטער העלפֿט
1930ער יאָרן געלעבט אין ראָסטאָװ־אױפֿן־דאָן. געדרוקט אַרטיקלען אין מינסקער
צײַטונג „אָקטיאַבר“, אין מאָסקװער „דער
עמעס“ און נאָך דער מלחמה — אין װאַרשעװער „פֿאָלקס־שטימע“ און „ייִדישע
שריפֿטן“.
װערק: „מעלוכע־ביבליאָטעק און ביבליאָגראַפֿישער אינסטיטוט פֿון װײַסרוסלאַנד אױפֿן נאָמען פֿון לענין.
10־טעגלעכער אָריענטיר־ביולעטען פֿאַר רעקאָמענדירטע
און ניט־רעקאָמענדירטע ביכער“, נומ׳ 1,
יולי 1932, מינסק, 1932; „פּעריאָדישער
אָריענטיר־ביולעטען פֿאַר רעקאָמענדירטע
און ניט־רעקאָמענדירטע ביכער“, מינסק,
1932–1933.
