פּראָזאַיִקער, קריטיקער, איבערזעצער. געבױרן אין מינסק אין דער משפּחה פֿון אַ האַנטװערקער. פֿאַרענדיקט דעם מינסקער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און די אַספּיראַנטור בײַ דער װײַסרוסישער װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע. געאַרבעט װי אַ לערערין אין שולן און אין אַן אַרבעטער־פֿאַקולטעט, געװען אַ דאָצענט אינעם מינסקער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. אין 1934 אַריבערגעפֿאָרן קײן מאָסקװע. געאַרבעט אין דער ייִדישער אָפּטײלונג פֿונעם מאָסקװער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. געװען אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿונעם אַלמאַנאַך „הײמלאַנד“ (1947–1948). בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה געװױנט אין טאַמבאָװ און געאַרבעט אין דער געגנטלעכער צײַטונג Тамбовская правда (טאַמבאָווער אמת), שפּעטער װי אַ זשורנאַליסט אין אַלמאַ־אַטאַ (קאַזאַכסטאַן). דעביוטירט מיט קריטישע אַרטיקלען אין 1931 אינעם זשורנאַל „שטערן“ (מינסק). אירע אינטערעסן האָבן זיך פֿון אָנהײב אָן קאָנצענטרירט אַרום דער שאַפֿונג פֿון שלום־עליכמען און יצחק־לײבוש פּרצן. זיך באַטײליקט אין צוגרײטן צום דרוק די געזאַמלטע װערק פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים אין 4 בענד (1935– 1940), שלום־עליכמען (אין 16 בענד, 1935–1941), צונױפֿגעשטעלט אַ צװײ־בענדיקע אױסגאַבע פֿון י. ל. פּרצן (1941). אױטאָר פֿון שעפֿערישע פּאָרטרעטן פֿון אַ רײ ייִדישע סאָװאָוועטישע שרײַבער (ש. האַלקין, ז. אַקסעלראָד, ל. קװיטקאָ, ז. װענדראָװ, ע. פֿינינבערג, אי. קיפּניס, ד. בערגעלסאָן א״אַ). אין די לעצטע יאָר־צענדליקער געװאָרן באַװוּסט אױך װי אַ פּראָזאַיִקער. געװען אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿונעם אַלמאַנאַך „הײמלאַנד“ (1947–1948), פֿון „סאָװעטיש הײמלאַנד“, פֿון שלום־עליכמס „געזאַמלטע װערק“ (6־בענדיקע אױסגאַבע אין רוסיש).
װערק: „יצחק־לײבוש פּרץ“, מאָסקװע, 1941; „ייִדישע פֿרױען“, פֿאַרצײכענונגען, מאָסקװע, 1943; „שרײַבער און װערק“, װאַרשע־מאָסקװע, 1968; „עס שפּינט זיך אַ פֿאָדעם“, דערצײלונגען, מאָסקװע, 1982.
