לינגװיסט. געבױרן אין װײַסרוסישן שטעטל טאָלאָטשין. איר פֿאָטער איז געװען אַ זײגער־מאַכער, װעלכער האָט קײן ספּעציעלע בילדונג ניט געהאַט, נאָר גוט געקענט דײַטש, רוסיש און העברעיִש, אַבאָנירט די צײַטונגען „דער פֿרײַנד״און „הצפֿירה״און געלערנט מיט דער טאָכטער העברעיִש, דורכגעלײענט מיט איר דעם גאַנצן חומש. נאָכן פֿאַרענדיקן אַ רוסישע מיטלשול אין הײמשטעטל, איז זי געקומען קײן פּעטראָגראַד און אָנגעקומען זיך לערנען אין „אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע קענטענישן“, װעלכער האָט עקזיסטירט פֿון 1919 ביזן 1925. אין מאַרץ 1926 איז אַ ייִדישע אָפּטײלונג געשאַפֿן געװאָרן בײַם מאָסקווער ליטעראַריש־לינגװיסטישן פֿאַקולטעט פֿונעם צװײטן מאָסקװער אוניװערסיטעט. די אָפּטײלונג איז געװאָרן די העכסטע ייִדישע הױכשול אין לאַנד. עטלעכע סטודענטן פֿון פּעטראָגראַד, צװישן זײ אױך ראָכקינד, האָט מען אַריבערגעפֿירט קײן מאָסקװע, באַזאָרגט זיי מיט סטיפּענדיעס און מיט אַ צוזאַמענװױנונג. נאָכן פֿאַרענדיקן אין 1928 דעם אינסטיטוט האָט זי געאַרבעט אין ייִדישע שולן. אין 1930 געקומען קײן מינסק, צװײ יאָר געאַרבעט אין אַ ייִדישער מיטלשול און אין 1932 אָנגענומען געװאָרן אין אַספּיראַנטור פֿון דער װײַסרוסישער װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע. אין 1936 פֿאַרטײדיקט זי די דיסערטאַציע און באַקומט דעם טיטל קאַנדידאַט פֿון פֿילאָלאָגישע װיסנשאַפֿטן. איר וויכטיקסטע אַרבעט איז געװען דאָס ייִדיש־רוסישע װערטערבוך, װאָס זי האָט צונױפֿגעשטעלט צוזאַמען מיטן מיטאַרבעטער פֿון דעם זעלבן אינסטיטוט הערשל שקליאַר. נאָך דער מלחמה האָט זי געאַרבעט װי אַ דאָצענט אין מינסקער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט.
װערק: (צוזאַמען מיט הערשל שקליאַר) „ייִדיש־רוסישער װערטערבוך“, מינסק, 1940.
