פּובליציסט, פּעדאַגאָג. געבױרן אין טשענסטאָכאָװ, פּױלן. פֿאַרענדיקט אַ רוסישע שול און עקסטערן אַ גימנאַזיע, דערנאָך באַקומען הױכבילדונג אין װאַרשעװער אוניװערסיטעט. אין דער צװײטער העלפֿט 1920ער יאָרן האָט די קאָמוניסטישע פּאַרטײ פֿון פּױלן זי געשיקט קײן ראַטן־פֿאַרבאַנד, װוּ נאָכן פֿאַרענדיקן די אַספּיראַנטור פֿונעם קיִעװער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור איז זי געװאָרן אַ מיטאַרבעטער פֿון דעם אינסטיטוט, זיך פֿאַרנומען מיט אַקאַדעמישער און פּראַקטישער אַרבעט אין געביט פֿון פּעדאַגאָגיק. אין 1934 געקומען קײן ביראָבידזשאַן, װוּ זי האָט פֿאָרגעזעצט איר טעטיקײט. נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה זיך אומגעקערט קײן קיִעװ, געװען אַ מיטאַרבעטער אינעם קאַבינעט פֿאַר ייִדישער קולטור אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אלי ספּיװאַק און איבערגעלעבט זײַן ליקװידאַציע (דעם „באַבי יאַר פֿון ייִדישן װאָרט“, לױט איר אױסדרוק). שפּעטער האָט זי געאַרבעט אױף צפֿון־קאַװקאַז און אין 1958 זיך רעפּאַטריִיִרט קײן פּױלן. אין װאַרשע האָט זי אַרױסגעגעבן עטלעכע לערנביכער פֿאַר די נײַ־אָרגאַניזירטע ייִדישע שולן. אין 1962 איז זי עולה געװען, זיך באַזעצט אין ירושלים, װוּ געװאָרן אַ מיטאַרבעטער אין צענטער פֿאַר שטודירן די געשיכטע פֿון די מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדן און האָט אָנגעשריבן פֿיר בענד זכרונות װעגן דער ייִדישע קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און איר אומקום.
װערק: (צוזאַמען מיט מ. קרוגליאַק) „געזעלשאַפֿטקענטעניש“ (2 העפֿטן), כאַרקאָװ־קיִעװ, 1932; (צוזאַמען מיט מ. קרוגליאַק) „לערנבוך פֿון ליטעראַטור“, כאַרקאָװ־קיִעװ, 1932; „אַרבעט מיט אָפּשטײענדיקע שילער“, כאַרקאָװ־קיִעװ, 1934; „הײמפֿאַרגעבונגען“, כאַרקאָװ־קיִעװ, 1935; „צום הונדערטסטן געבױרנטאָג פֿון שלום־עליכם“, װאַרשע, 1959; „דאָס ייִדישע װאָרט“ (5 לערנביכער) — פֿאַר די ייִדישע מיטלשולן אין פֿאָלקס־פּױלן, דאָרט, 1959–1960; „אױף װעגן און אומװעגן“ (זכרונות, געשעענישן, פּערזענלעכקײטן), תּל־אָבֿיבֿ, 1974–1982, אין 3 בענד; „ביראָבידזשאַן פֿון דער נאָענט“, תּל־אָבֿיבֿ, 1983.
