דיכטער, פּראָזאַיִקער, דראַמאַטורג.
געבױרן אין באָיאַרקע,
לעבן קיִעװ. באַקומען
אַ טראַדיציאָנאַלע
ייִדישע דערציִונג. זײַן
פֿאָטער, אַ װאַלד־אָנגשטעלטער, איז
געשטאָרבן, װען אַהרן
איז אַלט געװען 13 יאָר. געאַרבעט אין אַ
מעלקראָם אין קיִעװ און זיך פֿאַרנומען מיט
זעלבסטבילדונג. פֿון 1914 ביזן 1917 געדינט
אין אַרמײ און אָנטײל גענומען אין דער
ערשטער װעלט־מלחמה װי אַ סאָלדאַט.
אין 1920 פֿרײַװיליק אַװעק אין דער רויטער
אַרמיי. לידער און דערצײלונגען אָנגעהױבן
שרײַבן נאָך אין 1909, נאָר דעביוטירט מיט
אַ ליד ערשט אין 1920 אין דער כאַרקאָװער אײנמאָליקער אױסגאַבע „דער
קאַמף מיט דער פּױלישער שליאַכטע“. אין
1921 איז אין קיִעװ דערשינען זײַן ערשטע
זאַמלונג „װענט“ מיט אַ פֿאָרװאָרט פֿון
דוד האָפֿשטײן. אין 1922 אַריבערגעפֿאָרן
קײן מאָסקװע און געװאָרן אײנער פֿון
די גרינדער פֿונעם זשורנאַל „שטראָם“.
פֿון דעמאָלט אָן אָנגעהױבן רעגולער צו
דרוקן לידער און דערצײלונגען, געװען
אַ מיטגליד פֿון ביוראָ פֿון דער ייִדישער
סעקציע בײַ דער מאָסקװער אַסאָציאַציע
פֿון פּראָלעטאַרישע שרײַבער („מאַפּפּ“)
און פֿון די אַרױסגעבערס פֿון איר אַלמאַנאַך
„אָקטיאַבער“ (1925). אין 1926–1927 געשטאַנען מיט משה ליטװאַקאָװן בראָש פֿון
מאָסקװער קרײַז „יונגװאַלד“, װאָס האָט
אַרױסגעגעבן דעם זשורנאַל מיט דעם
זעלבן נאָמען. אין 1928 רעדאַקטירט ער,
צוזאַמען מיט יאַשע בראָנשטײן און אַבֿרהם װעװיאָרקע, דעם מינסקער זשורנאַל „שטערן“. אין 1928 האָט דער ייִדישער מלוכה־טעאַטער אין מינסק אױפֿגעפֿירט זײַן דראַמע אין פֿערזן „הירש לעקערט“, שפּעטער האָט ער פֿאַר דעם זעלבן טעאַטער איבערגעזעצט און באַאַרבעט לאָפּע דע װעגאַס „שעפּסנקװאַל“. אין משך פֿון די 1930ער יאָרן דערשײַנען אײנס נאָכן אַנדערן זײַנע לידער און דערצײלונגען. ער איז אױך אַן אָנגעזעענער אָרגאַניזאַטאָר פֿון דער ליטעראַטור, רעדאַקטאָר פֿון אַ רײ אױסגאַבעס. אַ פּאָעט פֿון רעװאָלוציאָנערן „ברױז“ (אַזױ האָט ער אָנגערופֿן אײנע פֿון זײַנע ערשטע זאַמלונג), האָט ער געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אױף דער אַנטװיקלונג פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער דיכטונג. אַ גרױסן צושטײַער האָט ער אַרײַנגעטראָגן אין דער פּאָפּולאַריזאַציע פֿון דער װעלט־ליטעראַטור. ער האָט איבערגעזעצט פֿיל װערק פֿון רוסיש, צוגעגרײט (צוזאַמען מיט אַהרן גורשטײנען) אַ ייִדישע אױסגאַבע פֿון מ. לערמאָנטאָװס „אױסגעװײלטע װערק“ (1946), „דאָס מײדל און דער טױט“ פֿון מ. גאָרקי, פֿראַגמענטן פֿונעם אַלטן רוסישן „געזאַנג װעגן איגאָרס חיל“ א״אַ.
אין די ערשטע טעג פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה גײט ער פֿרײַװיליק אַװעק אױפֿן פֿראָנט און װײַזט אַרױס העלדנמוט און געװאַגטקײט װי קאָמאַנדיר פֿון אַ מיליטערישן טײל. נאָך דער דעמאָביליזאַציע באַװײַזט ער נאָך אַ סך אױפֿטאָן, באַזונדערס װי הױפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „הײמלאַנד“ (מאָסקװע, 1947– 1948, דערשינען 7 נומערן). אױף אים האָט געװאַרט דער זעלבער גורל, װי
אױף אַלע אַנדערע גדולים פֿון דער ייִדישער סאָװעטישער ליטעראַטור, נאָר ס׳איז אים געװען באַשערט צו שטאַרבן מיט אַ נאַטירלעכן טױט. װען דער „קאַמף קעגן קאָסמאָפּאָליטיזם“ האָט אין סוף 1948 דערגרײכט דעם העכסטן אָנגלי, האָט די פֿאַרװאַלטונג פֿונעם שרײַבער־פֿאַרבאַנד, אַ מיטגליד פֿון װעלכן דער דיכטער איז געװען, אױפֿגעפֿאָדערט, ער זאָל אַרױסטרעטן מיט אַ רעדע אױף דער פֿאַרזאַמלונג פֿון די מאָסקװער שרײַבער, װאָס האָט געזאָלט באַהאַנדלען דעם ענין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. קושניראָװ איז אַרױס אױף דער טריבונע און באַקומען אַ ספּאַזמאַלונגאַטישע פֿאַרשטומונג. פֿון דער טריבונע האָט מען אים אָפּגעפֿירט אין שפּיטאָל און קורץ נאָך דעם איז ער געשטאָרבן.
װערק: „װענט“, קיִעװ, 1921; (צוזאַמען מיט דוד האָפֿשטײן) „שטאַם־אַזכּרה“, („שטאַם“ האָט געשריבן ד. האָפֿשטײן), מאָסקװע, 1924; „קינדער פֿון אײן פֿאָלק“, דערצײלונגען, מאָסקװע, 1928; „ברױז“, מינסק, 1928; „האַװריק“, (אַ קינדער־מעשׂה), מאָסקװע, 1928; „הירש לעקערט“, דראַמע אין 3 אַקטן, קיִעװ, 1929; „די הינטישע סטעזשקע“, דערצײלונג, כאַרקאָװ, 1931; „טױטע סאָפּקע“, דערצײלונג, כאַרקאָװ־קיִעװ, 1932; „אַ געלונגענע אָפּעראַציע“, קאָמעדיע אין אײן אַקט, קיִעװ, 1934; „דראַמען“, מאָסקװע, 1935; „לידער“, מאָסקװע, 1938; „אַ שׂימחה אין ביראָפֿעלד“, דערצײלונג, מאָסקװע, 1938; „רױטאַרמײער“, מאָסקװע, 1939; „האַרטע ערד“, דערצײלונגען, מאָסקװע, 1939; „אַן עשעלאָן רױטאַרמײער“, לידער מיט נאָטן,
מוזיק פֿון ריװע באָיאַרסקע, מאָסקװע, 1940; „מיזרח און מערבֿ“, דראַמאַטישע פּאָעמעס און לידער, מאָסקװע, 1940; „געקליבענע װערק“, אױסגעװײלטע לידער פֿאַר די יאָרן 1915–1947, מאָסקװע, 1947; „פֿאָטער־קאָמאַנדיר“, לידער, מאָסקװע, 1948; „געקליבענע לידער“, מאָסקװע, .1975
אױף רוסיש: ,Гирш Леккерт מאָסקװע, Австрйиская ночь ;1930, מאָסקװע, Избранное ;1939, מאָסקװע, Стихи ;1956, מאָסקװע, 1964.
