פּובליציסט. געבױרן אין זשיטאָמיר. אײנע פֿון די ערשטע קאָמיוגיסטן (קאָמסאָמאָלקעס) אין שטאָט, באַטײליקט זי זיך אין בירגערקריג. צו 18 יאָרן איז זי אַרײַנגעטראָטן אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. אָנהײב 1920ער יאָרן הײבט זיך אָן איר זשורנאַליסטישע טעטיקײט, צו ערשט, אין כאַרקאָװער זשורנאַל „אַרבעטער־יוגט“, שפּעטער איז זי אײנע פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם מאָסקװער זשורנאַל „יונגװאַלד“. זי גרינדעט אין מינסק די צײַטונג „דער יונגער אַרבעטער“. זי איז אױך געװען דער ערשטער רעדאַקטאָר פֿון מינסקער װײַסרוסישער יוגנט־צײַטונג Червона змена („רױטער אומבײַט“). פֿון 1925 ביזן 1932 איז זי אױף אָנפֿירנדיקער פּאַרטײ־אַרבעט אין מינסק, טאַשקענט און מאָסקװע. נאָכן פֿאַרענדיקן דעם אינסטיטוט פֿון רױטער פּראָפֿעסור װערט זי אַ לעקטאָר פֿון פּאָליטישער עקאָנאָמיע אין אַ רײ מאָסקװער הױכשולן, פֿאַרטײדיק אַ דיסערטאַציע „דער עקאָנאָמישער קריזיס אין רוסלאַנד אין די יאָרן 1900– 1903“ און באַקומט דעם טיטל קאַנדידאַט פֿון עקאָנאָמישע װיסנשאַפֿטן די מאַסן־קאַמפּאַניע פֿון „דעמאַסקירן די שׂונאים פֿון פֿאָלק“ מײַדט זי אױך ניט אױס, אין 1937 װערט זי רעפּרעסירט, און 18 יאָר געפֿינט זיך אין טורמעס און לאַגערן. קײן מאָסקװע קערט זי זיך אום נאָך דער רעהאַביליטאַציע אין 1956. אין משך פֿון די לעצטע יאָרצענדליקער אַרבעט זי אינעם מאָסקװער אינסטיטוט פֿאַר אױסלענדישע שפּראַכן, װוּ זי אונטערריכט פּאָליטישע עקאָנאָמיע. אָנהײבנדיק פֿון 1961 איז זי אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד“.
Leksikon fun der Nayer Yidisher Literatur
לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור
How to Build Your Search:
A. In the below “Advanced Search,” use the drop down parameters under "Scope" - ALL words, ANY words, or EXACT word/phrase. Build the parameters row by row.
OR
B. To define your search using the basic one-line search, in the above textbox:
- Use a plus to REQUIRE the word:
+music +theory << must contain the words music and the word theory - Use quotes for a phrase:
song "music theory" << anything with song or phrase "music theory"
or "levin" < exact match, not levine - Use + and quotes to require the phrase:
+"music theory" << must include phrase - Use a minus to EXCLUDE:
+music -theory << must include music, but not theory
See up-to-date entry for: Fray, Sonye
פֿרײַ, סאָניע
1903–1979
click here to zoom
Thanks to those who OCR'ed, collated, codified and/or proofread this Yiddish text including:
Further Research & Updates: Mark H., Updates: Tetiana , Metadata &/or OCR Proofreading: Shoshke-Rayzl