דיכטערין, איבערזעצערין. פּסעװדאָנים פֿון דינה קיפּניס־שפּיראָ, שװעסטער פֿונעם שרײַבער איציק קיפּניס און פֿרױ פֿונעם דיכטער מאָניע שפּיראָ. געבױרן אין װאָלינער שטעטל סלאָװעשנע, אוקראַיִנע, אין דער משפּחה פֿון אַ גאַרבער. באַקומען ייִדישע און אַלגעמײנע בילדונג צו ערשט אין הײמשטעטל, דערנאָך אין קיִעװ, װוּ זי האָט פֿאַרענדיקט ייִדישע פּעדאַגאָגישע קורסן. געאַרבעט אין אַ קינדערהײם, אין אַ ייִדישער מיטלשול, שפּעטער — אין דער קיִעװער ייִדישער ביבליאָטעק אױפֿן נאָמען פֿון מאָריס װינטשעװסקי. אין 1922 דעביוטירט מיט לידער אין דער קיִעװער צײַטונג „קאָמוניסטישע פֿאָן“. זינט דעמאָלט געדרוקט לידער, דערצײלונגען און מעשׂהלעך אין די צײַטונגען „שטערן“, „דער עמעס“, אין די זשורנאַלן „יונגװאַלד“, „פּיאָנער“, „די רױטע װעלט“, „סאָװעטישע ליטעראַטור“. געװען אַ מיטגליד פֿון דער „אַסאָציאַציע פֿון רעװאָלוציאָנערע ייִדישע שרײַבער אין אוקראַיִנע“ (1927). פֿאָרגעשטעלט מיט לידער אין פֿאַרשײדענע
זאַמלביכער, דערונטער אין „באַרג אַרױף“ (1923), „אוקראַיִנע“ (1926), און אין ע. קאָרמאַנס אַנטאָלאָגיע „ייִדישע דיכטערינס“ (1928). נאָך דער צװײטער וועלט־מלחמה געלעבט הינטער קיִעװ, זיך געדרוקט אין דער מאָסקװער צײַטונג „אײניקײַט“.
