דיכטער, פּראָזאַיִקער. געבױרן אין דער שטאָט טשערניגאָװ, אוקראַיִנע, אין אַ משפּחה פֿון אַן אָנגעשטעלטן. אין די יאָרן 1919–1927 זיך דערצױגן אין אַ קינדערהײם. געאַרבעט װי אַ װעבערין און שטריקערין אין קיִעװער אונטערנעמונגען, אין 1932 פֿאַרענדיקט דעם קיִעװער עקאָנאָמישן טעכניקום. די ערשטע לידער פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם זשורנאַל „פּראָליט“ (1931, נומ׳ 1–2). דאָס ערשטע בוך אַרױסגעגעבן אין 1938. ביז דער צװײטער וועלט־מלחמה אַרױסגעגעבן נאָך אײן לידער־בוך. באַזונדערס שאַפֿעריש אַקטיװ געװאָרן אָנהײב 1960ער יאָרן, װען אין מאָסקװע איז געגרינדעט געװאָרן דער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“. שױן אין ערשטן נומער פֿון דער דאָזיקער אױסגאַבע איז זי פֿאָרגעשטעלט מיט אַ ליד. אין די װײַטערדיקע יאָרן האָט זי אָנגעהױבן דרוקן אױך דערצײלונגען און נאָװעלעס. אױך אין דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן“ האָט זי אָפֿט זיך געדרוקט. איר פּאָעזיע איז אַ לירישע, די הױפּט־מאָטיװן פֿון איר שאַפֿונג זײַנען דאָס לעבן און געפֿילן פֿון אַ ייִדישער פֿרױ, ליבע־לידער און פּײזאַזש־ליריק. אין 1993 איז זי עולה געװען קײן ישׂראל און זיך באַזעצט אין דער שטאָט חיפֿה.
װערק: „לידער“, קיִעװ, 1938; „לידער און באַלאַדעס“, קיִעװ, 1941; לידער־ציקל אין דער אַנטאָלאָגיע „האָריזאָנטן“, מאָסקװע, 1965; „פֿון אַלע מײַנע װעגן“, מאָסקװע, 1975; „לוציעס ליבע“, דערצײלונגען און נאָװעלעס, מאָסקװע, 1983; „בריװ צו קומענדיקע דורות“, פֿאַרצײכענונגען און לידער, מאָסקװע, 1988. אױף רוסיש: Верность, מאָסקװע, 1964; Волшебная лестница, מאָסקװע, такое не бывает С кем? ;1979, מאָסקװע, 1979.
