פּראָזאַיִקער, געבױרן און שטעטל קראָק, ליטע, אין אַן אָרעמער משפּחה. דער טאַטע איז געשטאָרבן װען זי איז נאָך געװען אַ קינד, די מוטער האָט חתונה געהאַט אַ צװײט מאָל און דער שטיפֿטאַטע האָט איר פֿאַרשאַפֿט גרױסע לײדן. זי איז מער דערצױגן געװאָרן בײַ דער באָבען מיטן זײדן, אײדער בײַ די אײגענע עלטערן. זען „עלעהײ אַן אױטאָ־ ביאָגראַפֿיע“, געדרוקט אין זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“ (נומ׳ 8, 1968). בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט די משפּחה זיך עװאַקויִרט קײן װילנע. אין 1924 איז דאָס מײדל אַװעקגעפֿאָרן זוכן אַ בעסערן גורל קײן ארץ־ישׂראל. דאָרט שװער געאַרבעט אין אַ קיבוץ, דערנאָך מיט אַ גרופּע קאָמונאַרן אױסגעװאַנדערט אין 1928 קײן קרים און געאַרבעט אין אַ לאַנדװירטשאַפֿטלעכער קאָמונע. װעגן די דאָזיקע שװערע האָרעפּאַשנע יאָרן האָט זי דערצײלט אין אירע ביכער, װעלכע זײַנען אין גרונט אױטאָביאָגראַפֿישע. אין קרים האָט זי זיך באַקאַנט מיטן מאָלער מענדל גאָרשמאַן, װעלכער איז אַהין געקומען צו מאָלן. חתונה געהאַט מיט אים, איז זי אַריבערגעפֿאָרן קײן מאָסקװע. די ליטעראַרישע טעטיקײט האָט זי אָנגעהױבן אין די 1930ער יאָרן מיט נאָװעלן אין די צײַטונגען „דער שטערן“ (קיִעװ) און „דער עמעס“ (מאָסקװע). אין די 1940ער יאָרן דרוקט זי זיך אין דער מאָסקװער צײַטונג „אײניקײט“ און זאַמלביכער. אײניקע אירע דערצײלונגען פֿלעגט זי דרוקן אונטער די נעמען „שירקע גאָמאַן“ און „שירה גאָמאַן“. באַזונדערס דערפֿאָלגרײַך האָט זיך אַנטװיקלט איר טאַלאַנט, אָנהײבנדיק פֿון די 1960ער יאָרן, װען זי האָט זיך גענומען דרוקן אינעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“. אַ שאַפֿער פֿון דער קורצער נאָװעלע, שילדערט זי מײַסטעריש טיפֿע פּסיכאָלאָגישע איבערלעבונגען, כאַראַקטערפֿולע שטריכן פֿון מענטשן. דער צענטראַלער העלד פֿון איר גאַנצער שאַפֿונג איז די פֿרױ װי אַ פֿאָלקס־געשטאַלט אין דער אומרויִקער און שטורמישער היסטאָרישער עפּאָכע. די קריטיק האָט אָפּגעמערקט, אַז „דאָס געשטאַלט פֿון דער פֿרױ אין שירה גאָרשמאַנס װערק איז געװיזן אַלזײַטיק אין אַ צײַט, װען עס זײַנען געבראָכן געװאָרן די יסודות פֿונעם אַלטן שטײגערישן סדר און עס װערן געשאַפֿן נײַע פֿאַרהעלטענישן און צװישנבאַציִונגען אין סאָציאַלן לעבן און אינעם לעבן פֿון דער נײַער פֿאַמיליע. דורך דעם געשטאַלט פֿון דער פֿרױ פֿאַרקערפּערט גאָרשמאַן די װיכטיקסטע פּראָבלעמען פֿון דער װירקלעכקײט“ (ה. רעמעניק). אין 1989 האָט זי עולה געװען קײן ישׂראל.
װערק: „דער כּוח פֿון לעבן“. נאָװעלן און דערצײלונגען, מאָסקװע, 1948; „33 נאָװעלן“, װאַרשע, 1961; „לעבן און ליכט“, מאָסקװע, 1974; „איך האָב ליב אַרומפֿאָרן“ (פֿאַרצײכענונגען), מאָסקווע, 1981; „יום־טובֿ אין מיטן װאָך“, ראָמאַן, דערצײלונגען און נאָװעלן, מאָסקווע, 1984; „אױסדױער“, דערצײלונגען, נאָװעלן, זכרונות, תּל־אָבֿיבֿ, 1992; „חנהס שאָף און רינדער“, ראָמאַן, תּל־אָבֿיבֿ, 1993; „װי צום ערשטן מאָל“, נאָװעלע, דערצײלונגען, סקיצן, תּל־אָבֿיבֿ, 1995; „אָן אַ גאַל“, דערצײלונגען, סקיצן, זכרונות, תּל־אָבֿיבֿ, 1996; „אין די שפּורן פֿון ’גדוד העבֿודה׳“, דערצײלונגען און זכרונות, תּל־אָבֿיבֿ, 1998.
