פּובליציסט. גע בױרן אין ביאַליסטאָק, פּױלן. געװען אַ טעקסטיל־אַרבעטער. אין דער ערשטער העלפֿט 1920ער יאָרן געקומען קײן ראַטן־פֿאַרבאַנד און זיך באַזעצט אין מינסק. דאָ האָט ער פֿאַרענדיקט דעם ייִדישן פּעדאַגאָגישן טעכניקום, דערנאָך אַריבערגעפֿאָרן קײן מאָסקװע, װוּ ער האָט געלערנט אינעם מערבֿ־אוניװערסיטעט. פֿאַרענדיקט די לער, איז ער געװאָרן אײנער פֿון די אָנפֿירער אין די צענטראַלע יוגנט־אָרגאַניזאַציעס, סעקרעטאַר פֿון צענטראַל־ביוראָ פֿון די ייִדישע יוגנט־סעקציעס, מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿונעם מאָסקװער זשורנאַל „יונגװאַלד“. אין 1925, װען ס׳האָט זיך געגרינדעט דער אַלפֿאַרבאַנדישער זשורנאַל „פּיאָנער“, האָט מען אים באַשטימט פֿאַרן פֿאַראַנטוואָרטלעכן רעדאַקטאָר. אין בײדע זשורנאַלן האָבן אָפֿט זיך באַװיזן זײַנע פֿאַרצײכענונגען און רעפּאָרטאַזשן. אָנהײב 1930ער יאָרן האָט מען אים געשיקט קײן ביראָבידזשאַן, ער זאָל אָרגאַניזירן די פֿאַרלאַג־אַרבעט. פֿון ביראָבידזשאַן האָט מען אים אַריבערגעפֿירט אין קאַנטישן צענטער כאַבאַראָװסק, װוּ מען האָט אים באַשטימט פֿאַרן פֿאָרזיצער פֿונעם קאַנטישן געװערב־פֿאַרבאַנד. דעם 27סטן אַפּריל 1937 האָט מען אים אַרעסטירט און באַשולדיקט, אַז ער געהערט כּלומרשט צו דער „אַנטיסאָװעטישער רעכט־טראָצקיסטישער אָפּאָזיציע“. דעם 26סטן מײַ 1938 האָט די אַרױספֿאָר־סעסיע פֿון דער מיליטערישער קאָלעגיע בײַם אױבערגעריכט אים אַרױסגעטראָגן אַ טױט־אורטײל, װאָס איז אױסגעפֿירט געװאָרן אין זעלבן טאָג.
Leksikon fun der Nayer Yidisher Literatur
לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור
How to Build Your Search:
A. In the below “Advanced Search,” use the drop down parameters under "Scope" - ALL words, ANY words, or EXACT word/phrase. Build the parameters row by row.
OR
B. To define your search using the basic one-line search, in the above textbox:
- Use a plus to REQUIRE the word:
+music +theory << must contain the words music and the word theory - Use quotes for a phrase:
song "music theory" << anything with song or phrase "music theory"
or "levin" < exact match, not levine - Use + and quotes to require the phrase:
+"music theory" << must include phrase - Use a minus to EXCLUDE:
+music -theory << must include music, but not theory
See up-to-date entry for: Bril, Hirsch
בריל, הירש
1901–1938
click here to zoom
Thanks to those who OCR'ed, collated, codified and/or proofread this Yiddish text including:
Further Research & Updates: Mark H., Metadata &/or OCR Proofreading: Shoshke-Rayzl