Leksikon fun der Nayer Yidisher Literatur
לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור

Browse All People
By Subjects
By Volume:

search tips
✕
≡

How to Build Your Search:

A. In the below “Advanced Search,” use the drop down parameters under "Scope" - ALL words, ANY words, or EXACT word/phrase. Build the parameters row by row.


OR


B. To define your search using the basic one-line search, in the above textbox:

  • Use a plus to REQUIRE the word:
    +music +theory << must contain the words music and the word theory
  • Use quotes for a phrase:
    song "music theory" << anything with song or phrase "music theory"
    or "levin" < exact match, not levine
  • Use + and quotes to require the phrase:
    +"music theory" << must include phrase
  • Use a minus to EXCLUDE:
    +music -theory << must include music, but not theory
NOTE: When searching in Yiddish letters, this Lexicon should find the word(s) with or without diacritics (e.g., אברהם vs. אַבֿרהם) -- but when searching in other systems, if you can't find it one way, try searching the other way.
⋮⋮
⋮⋮
Search:
Text
Dates
Subjects
Living People ONLY
Women ONLY
Records w/ Images ONLY
Search in:
Scope:
ALL words
ANY words
EXACT word/phrase
א אַ אָ ב בּ בֿ ג ד ה ו װ ױ ז ח ט י יִ ײ ײַ כ כּ ך ל מ ם נ ן ס ע פּ פֿ פ ף צ ץ ק ר ש שׂ תּ ת ־

See up-to-date entry for:

Bronshteyn, Yashe

Beider Biographical Dictionary of Yiddish Writers in the Soviet Union

בראָנשטײן, יאַשע

1897–1937

קריטיקער, ליטעראַטור־פֿאָרשער, געבױרן אין ביעלסק־פּאָדאָלסק, װײַסרוסלאַנד. נאָך אין דער קינדהײט, אין 1912–1913, אין עלטער פֿון 15–16 יאָר, האָט ער צוזאַמען מיט אַ גרופּע זײַנע חבֿרים אַרױסגעגעבן אין דער אָרטיקער שול אַ געשריבענעם פֿון האַנט זשורנאַל „באַפֿרײַונג“. אין 1919 גײט ער פֿרײַװיליק אַװעק אין דער רױטער אַרמײ. נאָך דער דעמאָביליזאַציע אין 1921 אַרבעט ער אין דער רעדאַקציע פֿון דער רוסישער צײַטונג Орловская правда (שטאָט אָריאָל), און אין 1922–1925 לערנט ער אין מאָסקװער מלוכה־אוניװערסיטעט, דערנאָך אין „קאָמוניסטישן אוניװערסיטעט“ (1926–1930). דאָס זײַנען פֿאַר אים געװען יאָרן, װי ער האָט שפּעטער געשריבן אין אַן אױטאָביאָגראַפֿישן אַרטיקל „װעגן זיך און אַזױנע װי איך“, װען „אין אַרבפֿאַקן, אין פּאַרטײשול, אין קאָמוניסטישע אוניװערסיטעטן בײַסן מיר דעם פֿעלדז פֿון װיסנשאַפֿט מיט יונגע פֿאַרעקשנטע צײנער“. שטודירנדיק די געשיכטע פֿון דער קונסט־קריטיק, האָט ער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער געשטאַלט פֿונעם „ייִדישן פּיסאַרעװ“ — אַבֿרהם־אורי קאָװנער (1842–1909), דעם פּובליציסט פֿון דער השׂכּלה־עפּאָכע, אײנעם פֿון די גרונטלײגער פֿון דער ליטעראַטור־קריטיק אין דער נײַער העברעיִשער ליטעראַטור. אין קאָװנערס ביאָגראַפֿיע האָט בראָנשטײן דערזען די טיפּישע שטריכן פֿונעם „ערשטן ייִדישן ראַזנאָטשינעץ“, און װאָס עס איז באַזונדערס װיכטיק (דאָס האָט אין אײנעם פֿון זײַנע אַרטיקלען װעגן י. בראָנשטײנען אונטערגעשטראָכן דער קריטיקער משה נאָטאָװיטש) — בראָנשטײן האָט שױן אין זײַנע פֿריִיִקע פֿאָרשונגען דערזען אין קאָװנערן אַ קעמפֿער קעגן אידעענלאָזיקײט אין דער ליטעראַטור. זײַן קאָװנער־דיסערטאַציע איז געװען פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1930. אײנצײַטיק גיט ער זיך אָפּ מיט דער פֿאָרשונג פֿון דער נײַער ייִדישער סאָװעטישער ליטעראַטור. איזי כאַריק און זעליק אַקסעלראָד, אַהרן קושניראָװ און איציק פֿעפֿער, דוד בערגעלסאָן און הירש אָרלאַנד — יעדער פֿון אָט די אָנגעזעענע שעפֿער האָט באַקומען אין זײַנע אַרטיקלען אַ טיפֿע אָפּשאַצונג. זײַנע ליטעראַריש־קריטישע אַרטיקלען, װעלכע ער האָט געשריבן אין 1925–1930, זײַנען אױפֿגעזאַמלט אין זײַן בוך „אַטאַקע“. נישט שטענדיק זײַנען זײַנע קריטעריעס צונױפֿגעפֿאַלן מיט די אָפּשאַצונגען פֿון אַנדערע אױטאָריטעטע ליטעראַטור־קריטיקער, און עס פֿלעגן זיך פֿאַנאַנדערפֿלאַקערן הײסע שטרײַטן. ער האָט זיך אַ סך פֿאַרנומען מיט סטיל־פֿראַגעס פֿון דער נאָכאָקטאָבערישער ייִדישער ליטעראַטור, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט װעגן דעם די אַרבעטן „דער סטילן־קאַמף אינעם פּעריאָד פֿון מיליטערישן קאָמוניזם“, „סטיל־זוכענישן“ און „אױף די װעגן צו דער פּראָלעטאַרישער ליטעראַטור (עטאַפּן)“. בראָנשטײנס שפּעטערדיקע ביאָגראַפֿן האָבן אָפּגעמערקט, אַז צום אַנאַליז פֿון סטיל־קאַמף אין דער ייִדישער סאָװעטישער ליטעראַטור. אין די יאָרן 1917–1921 האָט דער קריטיקער זיך באַמיט צוציִען אַ גרױסן מאַטעריאַל פֿון די דעמאָלטיקע ייִדישע צײַטונגען, זשורנאַלן, אײנמאָליקע אױסגאַבעס. שטודירנדיק „די ערשטע אױפֿבליצן פֿון סטיל־בונטן“ און אױפֿכאַפּנדיק די „מינדסטע רעװאָלוציאָנערע סטיל־דעמאָנסטראַציע אין דער טראַנספֿאָרמאַציע פֿון זשאַנרען, מאָטיװן, געשטאַלטן, סטיליסטיק“, פּרוּװט ער פֿעסטשטעלן די פֿעדעם, װאָס פֿאַרבינדן די ייִדישע ליטעראַטור אין פּעריאָד פֿון מיליטערישן קאָמוניזם, פֿון אײן זײַט, מיט דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור פֿון די 1880ער און 1890ער יאָרן (די אַזױ גערופֿענע „פּראָלעטאַרישע“), פֿון דער צװײטער זײַט. זײַנען אינטערעסאַנט זײַנע מחשבֿות וועגן דעם, װי אַזױ דער טראַדיציאָנעל־באָװשאָװערישער געװיכער־פּײזאַזש װערט איבערגעפֿלאָכטן מיטן נײַעם לירישן פּײזאַזש, װאָס שפּילט אַזאַ ראָלע אין כאַריקס און פֿעפֿערס ליריק װעגן בירגערקריג. װען ער איז פֿון מאָסקװע אַריבערגעפֿאָרן קײן מינסק, איז ער געװאָרן פֿאַרװאַלטער פֿון דער קאַטעדרע פֿון ייִדישער ליטעראַטור און שפּראַך אין פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, דערנאָך װערט ער אַן אָנפֿירנדיקער טוער אין ייִדישן סעקטאָר פֿון דער װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע פֿון װײַסרוסלאַנד, אַ מיטגליד פֿון צענטראַלן אױספֿיר־קאָמיטעט פֿון דער װײַסרוסלענדישער רעגירונג. װי אַ קריטיקער, איז ער געװען אַקטיװ ניט בלױז אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אַ רײ אינטערעסאַנטע אַרטיקלען האָט ער געװידמעט מ. גאָרקין און װ. מאַיאַקאָװסקין, ד. פֿורמאַנאָװן און אי. ערענבורגן. אין די יאָרן 1934–1937 אַרבעט ער אַ סך אין דער װײַסרוסישער קריטיק. האָט מען אים דעם 11טן סעפּטעמבער 1937 אַרעסטירט, צוזאַמען מיט מ. קולבאַקן און אי. כאַריקן. סוף אָקטאָבער האָט מען זיי צעשאָסן.

      װערק: „אַטאַקע“, ליטעראַריש־קר יטי־ שע אַרטיקלען, מינסק, 1930; „פּראָ בלע מען פֿון לענינישן עטאַפּ אין דער ל יטע ראַטור־ קענטעניש“, מינסק, 1932; „פֿאַ רפֿע סטיקטע פּאָזיציעס“, מאָסקװע, 1934; „שעפֿערישע פּראָבלעמען פֿון דער ייִד ישער סאָװעטישער פּאָעזיע“, מינסק, 1936.

Scan of original volume
click here to zoom

Thanks to those who OCR'ed, collated, codified and/or proofread this Yiddish text including: 

Further Research & Updates: Mark H., Metadata &/or OCR Proofreading: Shoshke-Rayzl

© 2026 Congress for Jewish Culture 
Rights are reserved. If you wish to quote small portions of text or data from this Lexicon, you may do so with full attribution to the Congress for Jewish Culture and a link to the specific site, which credits the sources. The Lexicon is perpetually in process; so some elements cited might change as we correct and update information.

If you notice any errors or omissions in this Lexicon (or if you have any concerns or need help) please email us -- Or feel free to post a Public Comment, form at the end of each person's biography.

NOTE
A lot of our English and Yiddish texts and metadata are being worked on: researched, checked, corrected, fixed, formatted, updated, and translated.
There are many ways you can help.