דיכטער, זשורנאַליסט. געבױרן אין שטעטל כאַשטשעװאַטע, אוקראַיִנע אין אַ משפּחה פֿון אַ קעסל־שלאָסער. יונג געװאָרן אַ יתום, האָט ער זיך דערצױגן אין אַ קינדער־הױז אין דער שטאָט הײַסין. דאָ האָט ער אָנגעהױבן שרײַבן לידער, און זײַן ערשט ליד, „מײַן חבֿר“, האָט די כאַרקאָװער יוגנטלעכע צײַטונג „יונגע גװאַרדיע“ אָפּגעדרוקט דעם 25סטן יולי 1930. נאָכן פֿאַרענדיקן דעם הײַסינער אינדוסטריעלן טעכניקום איז דער יונגער דיכטער געקומען אין 1931 קײן ביראָבידזשאַן. ער האָט געאַרבעט װי אַ טראַקטאָריסט, געדרוקט לידער אין דער געגנטלעכער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן“. פֿון ביראָבידזשאַן איז ער אַװעק אין אַרמײ און זיך באַטײליקט אין די שלאַכטן קעגן די פֿאַשיסטן. אין 1946 קערט ער זיך אום קײן ביראָבידזשאַן, הײבט אָן אַרבעטן אין דער געגנטלעכער פּרעסע (פֿון 1946 ביז 1972 פֿאַרװאַלטעט ער אין „ביראָבידזשאַנער שטערן“ מיטן אינדוסטריעלן אָפּטײל), שרײַבט קאָרעספּאָנדענציעס, עסײען, רעפּאָרטאַזשן און דרוקט לידער. אין 1948 גײט דאָרט אַרױס זײַן בוך לידער, װאָס שליסט אײַן װײַט־מיזרחדיקע מאָטיװן און פֿראָנט־ליריק. ער װערט אַ מיטגליד פֿונעם אַלפֿאַרבאַנדישן שרײַבער־פֿאַרבאַנד. געשטאָרבן אין כאַבאַראָװסק, וווּ ער האָט זיך באַזעצט נאָכן אַרויסגיין אויף פּענסיע.
װערק: „אױף ליכטיקע װעגן“ (לידער און באַלאַדעס), ביראָבידזשאַן, 1948; לידער־ציקל אין זאַמלבוך „האָריזאָנטן“, מאָסקװע, 1965.
