דיכטער. געבױרן אין שטעטל הײַסין, אוקראַיִנע. פֿאַרענדיקט די אָרטיקע ייִדישע מיטלשול און אין 1932 געקומען קײן מאָסקװע, װוּ אָנגעקומען זיך לערנען אין אַרבפֿאַק (אַרבעטער־פֿאַקולטעט) בײַ דעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט אױף בובנאָװס נאָמען. אין 1934 אָנגעהױבן אַרבעטן װי אַ קאָרעקטאָר אין דער צײַטונג „דער עמעס“. װען מ׳האָט אין 1938 פֿאַרמאַכט די צײַטונג, איז ער געװאָרן אַ קינסטלער־אױספֿורעמער. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה געדינט אין אַרמײ. זיך דעמאָביליזירט, האָט ער זיך אומגעקערט קײן מאָסקװע און אָנגעהױבן אַרבעטן װי אַ מאָלער און גראַװירער, װאָס איז שױן געװאָרן זײַן הױפּט־פֿאַך ביזן סוף פֿון זײַן לעבן. אין דער ליטעראַטור האָט ער דעביוטירט מיט לידער אין די 1930ער יאָרן אין דער ייִדישער קינדער־צײַטונג „זײַ גרײט“ (כאַרקאָװ), דערנאָך זיך געדרוקט אין אַנדערע ייִדישע אױסגאַבעס („יונגע גװאַרדיע“, „דער עמעס“, „פֿאַרמעסט“). אין 1935 האָבן די צונױפֿשטעלער פֿונעם זאַמלבוך „קינדער־שאַפֿונג“ (כאַרקאָװ, קינדער־פֿאַרלאַג) ל. קװיטקאָ און אי. גרינזײַד אײַנגעשלאָסן אױך די לידער פֿונעם יונגן דיכטער. דערנאָך איז געװען אַ גרױסער איבעררײַס אין זײַן שאַפֿונג, און ער האָט װידער אָנגעהױבן זיך דרוקן אין 1961, װען אין מאָסקװע האָט גענומען דערשײַנען דער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“. שױן אין די ערשטע נומערן פֿונעם זשורנאַל איז געװען פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן ציקל לידער. אין משך פֿון די װײַטערדיקע יאָרן האָט ער רעגולער געדרוקט אין דער אױסגאַבע לידער און באַלאַדעס, מעשׂהלעך אין פֿערזן.
ווערק: „עלטער אויף אַ יאָר“, מאָסקווע, 1977; „זיס און ביטער“, מאָסקווע, 2004.
