פּובליציסט, פּעדאַגאָר, ביבליאָגראַף. געבױרן אין ליטין, אוקראַיִנע. אַ געװיסע צײַט געלעבט און געאַרבעט אין בערדיטשעװ, דערנאָך זיך באַזעצט אין קיִעװ. געװען איז ער אַ לערער און אַן אַקטיװער געזעלשאַפֿטלעכער טוער. אין די ביז־רעװאָלוציאָנערע יאָרן פֿלעגן אין זײַן דירה פֿאָרקומען באַגעגענישן פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער אינטעליגענץ. זײערע נײַע װערק פֿלעגן דאָרט פֿאָרלײענען שלום־עליכם, שלום אַש, דוד בערגעלסאָן, דער ניסתּר, שפּעטער — פּרץ מאַרקיש, יחזקאל דאָברושין א״אַנד. צוזאַמען מיט שמעון דאָבינען, מיכל לעװיטאַנען האָט ער אין 1911 געגרינדעט די דעמיעװקער (קיִעװ) ייִדישע שול פֿאַר מײדלעך און צונױפֿגעשטעלט דאָס ערשטע אַריטמעטישע לערן־בוך פֿאַר דער ייִדישער אָנפֿאַנגשול. אין 1919, בעת דער דעניקינישער אָקופּאַציע, איז ער געװען טעטיק אין דער קאָמוניסטישער אונטערערד אין דער שטאָט קרעמענטשוג. אין די ערשטע יאָרן נאָך דער רעװאָלוציע איז ער אין קיִעװ געװען פֿאַרװאַלטער פֿון דער ייִדישער סעקציע בײַם גובערניאַלן אױספֿיר־קאָמיטעט פֿון די ראָטן. שפּעטער איז ער געװען אײנער פֿון די אָנפֿירער פֿון דער אוקראַיִנער אָפּטײלונג פֿונעם „געזערד“, פֿאַרװאַלטער מיט דער ייִדישער װינטשעװסקי־ביבליאָטעק אין קיִעװ. ער האָט אױך געדרוקט אַרטיקלען אין דער ייִדישער פּרעסע, דער עיקר, װעגן דער װירטשאַפֿטלעכער פּאָליטיק. געשטאָרבן אין דער עװאַקואַציע.
װערק: (צוזאַמען מיט מ. לעװיטאַן) „אַריטמעטישע אױפֿגאַבן פֿאַרן ערשטן לערניאָר, מיט בילדער“, װילנע, 1914; „אַריטמעטישע אױפֿגאַבן פֿאַרן ערשטן לערניאָר“ („הילפֿס־בוך פֿאַרן לערער“), ווילנע, 1914; „אַפּיקורס“ (זאַמלונג צו די יומים־נוראָים. רעדקאָלעגיע: ה. קאַזאַקעװיטש, ע. פּאָרטנאָי, ל. בראָװאַרניק), קיִעװ, 1923.
