Leksikon fun der Nayer Yidisher Literatur
לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור

Browse All People
By Subjects
By Volume:

search tips
✕
≡

How to Build Your Search:

A. In the below “Advanced Search,” use the drop down parameters under "Scope" - ALL words, ANY words, or EXACT word/phrase. Build the parameters row by row.


OR


B. To define your search using the basic one-line search, in the above textbox:

  • Use a plus to REQUIRE the word:
    +music +theory << must contain the words music and the word theory
  • Use quotes for a phrase:
    song "music theory" << anything with song or phrase "music theory"
    or "levin" < exact match, not levine
  • Use + and quotes to require the phrase:
    +"music theory" << must include phrase
  • Use a minus to EXCLUDE:
    +music -theory << must include music, but not theory
NOTE: When searching in Yiddish letters, this Lexicon should find the word(s) with or without diacritics (e.g., אברהם vs. אַבֿרהם) -- but when searching in other systems, if you can't find it one way, try searching the other way.
⋮⋮
⋮⋮
Search:
Text
Dates
Subjects
Living People ONLY
Women ONLY
Records w/ Images ONLY
Search in:
Scope:
ALL words
ANY words
EXACT word/phrase
א אַ אָ ב בּ בֿ ג ד ה ו װ ױ ז ח ט י יִ ײ ײַ כ כּ ך ל מ ם נ ן ס ע פּ פֿ פ ף צ ץ ק ר ש שׂ תּ ת ־

See up-to-date entry for:

Broderzon, Moyshe

Beider Biographical Dictionary of Yiddish Writers in the Soviet Union

בראָדערזאָן, משה

1890–1956

דיכטער, דראַמאַטורג. געבױרן אין מאָסקװע און אַ סך יאָרן פֿון זײַן לעבן און שאַפֿונג זײַנען געװען פֿאַרבונדן מיט אָט דער שטאָט און בכלל מיט רוסלאַנד. דער דאָזיקער פֿאַקט דינט פֿאַר אַ באַרעכטיקונג אים צורעכענען צו דער גרױסער פֿאַלאַנגע שאַפֿער פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור. נאָכן גירוש מאָסקװע, אָנהײב 1890ער יאָרן, האָט דער ראָש פֿון דער משפּחה זיך באַזעצט אין לאָדזש, פּױלן, און די קינדער זײַנען אױפֿגעצױגן געװאָרן בײַ אַ זײדן אין נעסװיזש, װײַסרוסלאַנד. משה איז דערנאָך אױך געקומען קײן לאָדזש און אַ צײַט באַזוכט די אָרטיקע האַנדלס־שול, נאָר די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה און פֿון דער רוסישער רעװאָלוציע האָט ער דורכגעמאַכט אין מאָסקװע. זײַן שרײַבערישער און פּערזענלעכער גורל איז געװען פֿון סאַמע אָנהײב ענג פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער ליטעראַטור. נאָך דעם װי אין 1913 איז אין דער פּױלישער שטאָט פּעטריקאָװ דערשינען זײַן ערשטע לידער־זאַמלונגען, האָט ער די װײַטערדיקע װערק אַרױסגעגעבן אין מאָסקװע. דאָרטן האָט ער אָפּגעדרוקט עטלעכע ציקלען לידער אין דרײַ נומערן פֿונעם ערשטן נאָך דער רעװאָלוציע ייִדישן זשורנאַל „קולטור און בילדונג“ (ננ׳ 3–4, 9–10 און 13–14 פֿאַרן יאָר 1918). אין זעלבן יאָר האָט ער זיך אומגעקערט קײן לאָדזש, און דאָ הײבט זיך אָן אַ נײַער פּעריאָד אין זײַן שאַפֿונג, װאָס דױערט העכער צװײ צענדליק יאָר. אַ װירטואָז אין גראַם און ריטעם, אַ מײַסטער פֿון פֿערזיקער קלינגעװדיקײט, פֿון קונציקע שפּראַך־קאָמבינאַציעס, שאַפֿט ער אין אָט דעם פּעריאָד גלענצנדיקע קינדער־לידער, גרינדעט דעם ערשטן אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער טעאַטער־קונסט אַ ליאַלקע־טעאַטער און דעם ייִדישן קלײנקונסט־טעאַטער „אַררט“; שרײַבט פֿאַר זײ פּיעסן, פֿירט זײ אַלײן אױף. אַ גרױסן דערפֿאָלג האָבן זײַנע ליברעטאָס צו דער ביבלישער אָפּערע „דוד און בת־שבֿע“, צו דער אָפּערע „מאָניש“, לױט פּרצעס באַלאַדע. ער זעצט איבער אַלעקסאַנדער בלאָקס פּאָעמע „צװעלף“, לידער פֿון בײַראָן, פּושקין, פֿון הײַנטצײַטיקע רוסישע סאָװעטישע דיכטער, װי אױך אײניקע אײראָפּעיִשע אָפּערעטעס (קאַלמאַנס „באַיאַדעראַ“ א״אַנד). אין די יאָרן 1936 און 1937 פֿאַרעפֿנטלעכט ער די קורצע סאַרקאַסטישע דראַמאַטישע װערק „שײלאָק לאַכט“, „אױטאָ דאַ פֿע“, „הײַנריך און לאָרעלײ“, אין װעלכע ער באַװײַזט די ווילדקייט פֿון די נאַציס. אין 1939 שאַפֿט ער די פּאָעמע „יוד“ — אױך אױף דער זעלבער טעמע. אין סעפּטעמבער פֿון זעלבן יאָר הייבט זיך אָן דער לאַנגער װאָגלװעג קײן ביאַליסטאָק, נאָװאָ־אוזענסק (סאַראַטאָװער געגנט, רוסלאַנד), קאַראַקאַלפּאַקיע (אוזבעקיסטאַן), ביז ער קומט קײן מאָסקװע. ניט געקוקט אױף די גרױסע מאַטערנישן, איז ער די גאַנצע צײַט שאַפֿעריש אַקטיװ, באַטײליקט זיך אין די אַלמאַנאַכן, „הײמלאַנד“ און „צום זיג“, װעלכע דערשײַנען אין מאָסקװע אונטער פּרץ מאַרקישעס רעדאַקציע. אין 1944 שרײַבט ער אָן אין װײַטן טורקול (קאַראַקאַלפּאַקיע) אַ דראַמאַטישע פּאָעמע „גערעכטיקײט“, געבױט אױף די מאַטעריאַלן פֿונעם געריכט־פּראָצעס, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין מינכן (דײַטשלאַנד) נאָך אין 1529 און רופֿט זיך איבער מיט די געשעענישן בעת דער צװײטער וועלט־מלחמה. אין 1947 פֿירט אױף ב. זוסקין אין מאָסקװער „גאָסעט“ זײַן פּיעסע „ערבֿ יום־טובֿ“. אין אַפּריל 1951 װערט ער אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אין אַ סיבירער לאַגער. אין 1955 באַפֿרײַט מען אים, ער קערט זיך אום קײן פּױלן, וווּ ער שטאַרבט פֿון אַ פּלוצעמדיקן האַרץ־אַטאַקע.

      װערק: „שװאַרצע פֿליטערלעך“, לידער, פּעטריקאָװ, 1913; „טױ“ (הונדערט טאַנקעס), מאָסקװע, 1919; „שׂיחת־חולין“ (אַ פּראָגער לעגענדע), צײכענונגען פֿון א. ליסיצקי, מאָסקווע, 1917; „תּמרל“ (אַ באָבע־מעשׂהלע), צײכענונגען פֿון י. טשײַקאָװ, מאָסקווע, 1917; (צוזאַמען מיט ג. ברױדאָ, מ. הײלפּערין און ד. טשאַרני) „זאַלבעפֿערט“, לידער־זאַמלונג, מאָסקווע, 1918; וועגן די פּוילישע יאָרן זען: Moyshe Broderzon, Gilles Rozier, סענט־דעניס, 1999.

Scan of original volume
click here to zoom

Thanks to those who OCR'ed, collated, codified and/or proofread this Yiddish text including: 

Further Research & Updates: Mark H., Metadata &/or OCR Proofreading: Shoshke-Rayzl

© 2026 Congress for Jewish Culture 
Rights are reserved. If you wish to quote small portions of text or data from this Lexicon, you may do so with full attribution to the Congress for Jewish Culture and a link to the specific site, which credits the sources. The Lexicon is perpetually in process; so some elements cited might change as we correct and update information.

If you notice any errors or omissions in this Lexicon (or if you have any concerns or need help) please email us -- Or feel free to post a Public Comment, form at the end of each person's biography.

NOTE
A lot of our English and Yiddish texts and metadata are being worked on: researched, checked, corrected, fixed, formatted, updated, and translated.
There are many ways you can help.