קריטיקער, ליטעראַטור־פֿאָרשער. געבױרן אין מאָהיליאָװ, װײַסרוסלאַנד, אין אַ משפּחה פֿון אַן אָנגעשטעלטן. געלערנט אױפֿן ליטעראַרישן פֿאַקולטעט פֿון מינסקער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. געשריבן אױף ייִדיש און װײַסרוסיש. די ערשטע אַרטיקלען — װעגן דער שאַפֿונג פֿון די ייִדישע דיכטער עזרא פֿינינבערג און הענעך שװעדיק — פֿאַרעפֿנטלעכט סוף 1930ער יאָרן אין מינסקער זשורנאַל „שטערן“ און אין דער צײַטונג „אָקטיאַבר“. פֿון 1938 געװען דער פֿאַרװאַלטער פֿון די קריטישע אָפּטײלן פֿונעם װײַסרוסישן זשורנאַל „פּאָלימיאַ רעװאָליוציִיִ“ און פֿון דער צײַטונג „ליטעראַטור אי מאַסטאַצטװאָ“ (בײדע אין מינסק), שפּעטער געאַרבעט װי אַ קאָנסולטאַנט אין „קאַבינעט פֿון יונגן אױטאָר“ בײַם שרײַבער־פֿאַרבאַנד. אין 1940 געװען רעפּרעסירט װי אַ „ייִדישער און װײַסרוסישער נאַציאָנאַליסט“ און געזעסן אין מינסקער תּפֿיסה. באַפֿרײַט געװאָרן סוף יוני 1941, איז ער פֿרײַװיליק אַװעק אין אַרמײ. נאָך דער דעמאָביליזאַציע זיך אומגעקערט קײן מינסק, אַרױסגעגעבן אַ זאַמלונג קריטישע אַרטיקלען אױף װײַסרוסיש װעגן דער שאַפֿונג פֿון װײַסרוסישע שרײַבער, אײנצײַטיק געשריבן װעגן דער שאַפֿונג פֿון ייִדישע שרײַבער, זיך געדרוקט אין מאָסקװער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“.
װערק: „דרײַ דיכטער“ (זאַמלונג קריטישע עסײען), מאָסקװע, 1982.
