ליטעראַטור־פֿאָרשער, פּעדאַגאָג. געבױרן אין שטעטל דובראָװנע, װײַסרוסלאַנד, אין אַן אָרעמער משפּחה פֿון 9 קינדער. צו 14 יאָר אָנגעהױבן אַרבעטן אין דער שטעטלדיקער פֿאָלקס־ביבליאָטעק, אין 1927 פֿאַרענדיקט די אָרטיקע ייִדישע מיטל־שול און קומט אָן לערנען אין מינסקער ייִדישן פּעדאַגאָגישן טעכניקום. אין גיכן פֿאָרט ער אַריבער קײן מאָסקװע, לערנט זיך אױף דער ייִדישער אָפּטײלונג פֿונעם צװײטן מאָסקװער אוניװערסיטעט, פֿאַרענדיקט אים אין 1932 און װערט אַ לערער פֿון פֿילאָסאָפֿיע און דירעקטאָר פֿון דער מאָסקװער טעאַטראַלער סטודיע בײַם ייִדישן מלוכה־טעאַטער. אײנצײַטיק אַרבעט ער װי אַ רעדאַקטאָר אינעם פֿאַרלאַג „דער עמעס“. זײַן ערשט בוך „אַקאָסטאַ, שפּינאָזע, מײַמאָן“ דערשײַנט אין 1944. אין 1949 װערט ער אַרעסטירט, באַשולדיקט אין ייִדישן בורזשואַזן נאַציאָנאַליזם און פֿאַרמישפּט צו 10 יאָר תּפֿיסה. אין 1954 װערט ער רעהאַביליטירט, זעצט פֿאָר זײַן שעפֿערישע טעטיקײט — שרײַבט נײַע ביכער, פֿאַרנעמט זיך מיט ליטעראַטור־װיסנשאַפֿטלעכער טעטיקײט, זעצט איבער אױף רוסיש װערק פֿון שלום־עליכם, י. ל. פּרץ, דערצײלונגען פֿון ייִדישע סאָװעטישע שרײַבער. אין 1967 פֿאַרטײדיקט ער אַ דיסערטאַציע אױף דער טעמע „די אידעאָלאָגיע פֿונעם יודאַיִזם“ און באַקומט דעם טיטל קאַנדידאַט פֿון פֿילאָסאָפֿישע װיסנשאַפֿטן. סוף 1970ער יאָרן איז ער אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל.
װערק: „אַקאָסטאַ, שפּינאָזע, מײַמאָן“, מאָסקװע, 1944; „ליטעראַרישע פּאָרטרעטן“, מאָסקװע, 1968.
