פּראָזאַיִקער. געבױרן אין דער שטאָט אָלװיאָפּאָל (נאָך 1920 — פּערװאָמײַסק), אוקראַיִנע אין 1932 פֿאַרענדיקט די אָרטיקע ייִדישע שול און צוזאַמען מיט די עלטערן אַריבערגעפֿאָרן אין ייִדישן נאַציאָנאַלן ראַיאָן נײַ־זלאַטאָפּאָל, װוּ ער האָט געאַרבעט אין אַ לאַנדװירטשאַפֿטלעכער קאָלאָניע. שפּעטער געלערנט אין ייִדישן זאָאָטעכנישן טעכניקום, נאָר ניט פֿאַרענדיקט און װידער זיך אומגעקערט קײן פּערװאָמײַסק. אין 1937 אָנגעקומען זיך לערנען אין מאָסקװער מיליטערישער אַװיאַ־אַקאַדעמיע, נאָר גלײַך גערופֿן געװאָרן אין אַרמײ. נאָך דער דעמאָביליזאַציע אין 1945 אָנגעקומען זיך לערנען אין מאָסקװער ביבליאָטעק־אינסטיטוט און אים פֿאַרענדיקט אין 1950. זינט דעמאָלט האָט ער געאַרבעט אין פֿאַרשײדענע אַנשטאַלטן, הױפּטזאַכלעך װי אַ ביבליאָטעקאַר. אָנגעהױבן שרײַבן נאָך זײַענדיק אַ שילער, אָבער זיך נישט געדרוקט. ערשט אין 1968 האָט ער דעביוטירט מיט אַ גרעסערער דערצײלונג „דער גאָלדענער לײַכטער“ אין זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“ (ננ׳ 11–12). די זעלבע דערצײלונג גרינטלעך איבערגעאַרבעט, איז אַרױסגעגעבן געװאָרן אין אַ באַזונדערן בוך אין 1990. דאָס לעצטע װערק, װאָס ער האָט באַװיזן צו פֿאַרעפֿנטלעכן, איז געװען די גרעסערע דערצײלונג „אַ צופֿאַל אין טראַנשײ“ („די ייִדישע גאַס“, 1993, ננ׳ 1, 3 און 4).
װערק: „דער גאָלדענער לײַכטער“, ראָמאַן און דערצײלונג, מאָסקװע, 1990.
